סדרים אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק

Yiddish Seders in New York

דער קולטור־סדר בײַם „אַרבעטער־רינג”, 2009
דער קולטור־סדר בײַם „אַרבעטער־רינג”, 2009

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2017, issue of March 29, 2017.

אַחוץ די טראַדיציאָנעלע סדרים, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון די ערשטע צוויי פּסח־נעכט, פּראַוועט מען שוין לאַנגע יאָרן אין ניו־יאָרק אַ ריי עפֿנטלעכע סדרים פֿאַרן וועלטלעכן ייִדיש־רעדנדיקן עולם.

דער באַקאַנטסטער פֿון זיי, דער אַזוי־גערופֿענער „דריטער סדר‟, וואָס קומט פֿאָר חול־המעוד־פּסח, האָט פּאָפּולאַריזירט אין ניו־יאָרק דער „אַרבעטער־רינג‟. דער „אַרבעטער־רינגס‟ ייִדיש־שפּראַכיקע הגדה ווערט נאָך אַלץ ברייט גענוצט (אַ מאָל טיילווײַז, אַ מאָל גאַנצערהייט) אויף אַ ריי עפֿנטלעכע סדרים, ווי אויך בײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין דער היים.

הײַיאָר וועט דער „קולטור־קאָנגרעס‟ אָנפֿירן מיט אַ דריטן סדר בײַם „מאָנטאַוק־קלוב‟ (25 אַכטער עוועניו #A) אין פּאַרק־סלאָפּ, ברוקלין. בײַם סדר, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט מען סערווירן סײַ וועגעטאַרישע, סײַ פֿליישיקע מאכלים, אַרײַנגערעכנט געפֿילטע פֿיש. מע וועט אויך זינגען אַ ריי ייִדישע פּסח־לידער און ייִדישע נוסחאָות פֿון טראַדיציאָנעלע פּסח־לידער. דער סדר וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 13טן אַפּריל, זעקס אַ זייגער אין אָוונט. דאָס עסן וועט זײַן אָן חמץ אָבער ניט גלאַט־כּשר.

אַ וואָך פֿאַר פּסח וועט פֿאָרקומען די יערלעכע פּסח־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־רעדערס: דער „ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור־סדר‟ בײַם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט — אַקטיאָרן־קלוב‟, וואָס בינדט צונויף עלעמענטן פֿון אַ טראַדיציאָנעלן סדר מיט עלעמענטן פֿון אַ חורבן־הזכּרה. דער סדר, וואָס וועט אָנגעפֿירט ווערן דורכן חזן משה בער, וועט אַרײַננעמען אַ גלאַט־כּשר מאָלצײַט און ספּעציעלע אויפֿטרעטונגען פֿון אַ ריי זינגער און מוזיקער. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 4טן אַפּריל, 6:30 אין אָוונט בײַם „סוטאָן־פּלייס־שיל‟ (225 איסט 51סטע גאַס) אין מאַנהעטן. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: yafac18@aol.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.