פּרשת ויקהל־פּקודי, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Vayakhel-Pekudei, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 23, 2017, issue of March 29, 2017.

דעם הײַנטיקן שבת פֿאַרענדיקן מיר צו לייענען דעם צווייטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, „שמות‟, וואָס שליסט זיך מיט פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון דער עבֿודת־המשכּן.

די ערשטע העלפֿט פֿון אונדזער טאָפּלטער סדרה, „ויקהל‟, הייבט זיך אָן מיט משה רבינוס וואָרענונג נישט צו טאָן קיין מלאָכה שבת. ווי אינעם משכּן האָט מען געבראַכט קרבנות יעדן טאָג, אַרײַנגערעכנט שבת און יום־טובֿ, וואָלט מען געקאָנט משער זײַן, אַז די אַרבעט איבערן אויפֿבויען דאָס הייליקע אָרט האָט מען אויך געמעגט טאָן יעדן טאָג. די חז״ל דערקלערן, אַז אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה רבינו ווידער דערמאָנט דעם איסור צו טאָן מלאָכה דעם הייליקן יום־המנוחה, ווײַל מיט דער מלאכת־המשכּן האָט מען געמעגט זיך פֿאַרנעמען בלויז אין דער וואָכן.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿון אונדזער סדרה, „פּקודי‟, גייט ווײַטער אַ רייד וועגן דעם משכּן. בצלאל בן אורי און אָהליאָבֿ בן אַחיסמך, די צוויי הויפּט־אַרכיטעקטן, האָבן צוזאַמען מיט זייערע שותּפֿים געשאַפֿן די אַכט ספּעציעלע מלבושים און כּלים פֿאַרן כּהן־גדול. משה האָט אויפֿגעשטעלט דעם משכּן און אַהרן הכּהן מיט זײַנע פֿיר זין זענען געזאַלבט געוואָרן אויף אַ ספּעציעלן איינמאָליקן אופֿן צו ווערן די ערשטע כּהנים. זינט דעמאָלט ווערט די כּהונה אויטאָמאַטיש איבערגעגאַנגען צו זייערע קינדער און קינדס־קינדער. דער געטלעכער וואָלקן האָט זיך באַוויזן איבערן משכּן בײַטאָג, און אַ פֿײַער בײַנאַכט, ווי אַ סימן פֿון שכינה־אַנטפּלעקונג.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, אַז דער משכּן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דעם ערשטן טאָג פֿונעם ערשטן חודש, ניסן. דאָס ווײַזט אונדז ווידער, אַז דער יערלעכער ציקל פֿון תּורה־לייענען איז נישט צופֿעליק; כּסדר ווערט דער תּוכן פֿון די פּרשיות אַסאָציִיִרט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים מיט די „עניני־דיומא“, די מערקווירדיקע דאַטעס אינעם ייִדישן לוח. ווי באַלד דינסטיק קומט דער ראָש־חודש ניסן, לייענען מיר די וואָך דעם ספּעציעלן מפֿטיר פֿון דער „פּרשת־החודש‟.

דאָס וואָרט „ויקהל‟ איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „קהילה‟. אין די פֿאָריקע אַרטיקלען האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי די מלאכת־המשכּן, די בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿון אַלע ייִדן איבערן הייליקן פּראָיעקט, האָט געבראַכט דעם גײַסט פֿון גלײַכקייט און אייניקייט. אַחוץ דעם מיסטישן צוועק פֿונעם משכּן ווי אַ ”וווינונג‟ פֿאַר דער שכינה־הקדושה, ווײַזט אונדז די תּורה, אַז די ברידערלעכע אייניקייט לשם־שמים איז גופֿא אַ סגולה פֿאַר שכינה־אַנטפּלעקונג.

דאָס וואָרט „פּקודי‟ מיינט „איבערציילן‟. ווען די ייִדן האָבן געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן פֿאַר דער מלאכת־המשכּן, ווערן זיי פּרטימדיק איבערגעציילט אין אונדזער סדרה. הגם עס גייט אַ רייד וועגן דעם משכּן, איז דער נאָמען פֿון דער צווייטער פּרשה־טייל מרמז אויף דער אוניקאַלער ווערט פֿון יעדן יחיד, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער הייליקער עבֿודה.

מע קאָן זאָגן, אַז די צוויי נעמען פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה — „ויקהל‟ און „פּקודי‟ — סימבאָליזירן צוויי פֿאַרבונדענע, אָבער היפּוכדיקע ענינים: די ראָלע פֿון דער קהילה און די ראָלע פֿונעם יחיד. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, דינט די דאָזיקע טעמע ווי דער לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש „שמות‟. משה רבינו, אַ יחיד, ראַטעווען דעם גאַנצן כּלל־ישׂראל פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און ברענגט אַראָפּ די הייליקע תּורה. מיטן פֿאַרוואַנדלען די טיפֿע סודות פֿון די פֿיר חיות־הקודש, וואָס דער נבֿיא יחזקאל שילדערט אין זײַן וויזיע, האָבן געוויסע יחידים אָנגעהויבן צו דינען דעם גאָלדענעם קאַלב און געבראַכט אַ ריזיקן היזק דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק און אַפֿילו דעם גאַנצן אוניווערס, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים.

דער חומש „שמות‟ שליסט זיך מיט אַ גליקלעכער מעשׂה: אין דער מלאכת־המשכּן האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן די סתּירה צווישן דעם יחיד און רבים. די תּורה ווײַזט אונדז, אַז די שכינה רוט דווקא אין אַן אָרט, וווּ דאָס ברידערלעכע אַחדות קומט נישט אין סתּירה מיט די אוניקאַלע מעלות און טאַלאַנטן פֿון יעדן באַזונדערן מענטש.