„פֿאָרווערטס‟ מיני־ווידעאָ צילעוועט אַרײַנצוציִען אַ ברייטערן עולם

Forverts Mini-Video Aims to Bring In a Broader Audience


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 24, 2017, issue of March 29, 2017.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַן 1־מינוטיקע קאָכפּראָגראַם, אין וועלכער די רעדאָקטאָרין פֿון דער צײַטונג, שׂרה־רחל שעכטער, ווײַזט דעם עולם ווי צו מאַכן מצה־ברײַ (געפֿרישטע מצה). אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע ביז־איצטיקע „פֿאָרווערטס‟ קאָך־ווידעאָס, איז די פּראָגראַם אָבער אין גאַנצן אויף ענגליש.

דער קורצער ווידעאָ איז טייל פֿון אַ נײַער קאַמפּאַניע צו באַקענען דעם ברייטן נישט־ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט די ייִדישע ווידעאָס פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. כאָטש מע מוז נישט קענען קיין ייִדיש צו פֿאַרשטיין די ווידעאָס (אַלע זענען באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך) ווייסן ווייניק מענטשן מחוץ דער ייִדיש־וועלט וועגן די ווידעאָס אָדער וועגן דער צײַטונג בכלל. אַפֿילו די וואָס זעען יאָ אַמאָל בײַ אַ פֿרײַנד אויף „פֿייסבוק‟ אַ מעלדונג וועגן אַ „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָ, קוקן זיי נישט אויף דעם, טראַכטנדיק מסתּמא: „איך קען נישט קיין ייִדיש, איז דער ווידעאָ נישט פֿאַר מיר.‟

טאַקע דערפֿאַר האָט די רעדאַקציע באַשלאָסן צו פּראָדוצירן אַ קורצן ווידעאָ לכּבֿוד פּסח, אין גאַנצן אויף ענגליש. במשך פֿון 1 מינוט, ווײַזט מען ווי צוצוגרייטן מצה־ברײַ און בײַם סוף, מעלדט מען פֿאַרן צוקוקער, אַז טאָמער וויל ער אָדער זי זיך טאַקע פֿילן „ווי אין דער באָבעס קיך‟, זאָל מען קוקן אויף די אַנדערע קאָכפּראָגראַמען פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. דערבײַ גיט מען זיי איבער די פֿאַרבינדונג צו די קאָכפּראָגראַמען. כאָטש דער צוקוקער קען זיך נישט דירעקט פֿאַרבינדן מיט דער וועבזײַט דורכן ווידעאָ, קען ער פּשוט פֿאַרשרײַבן דעם „יו־אַר־על‟ [URL] און דערנאָך עס אַרײַנקלאַפּן אין זײַן קאָמפּיוטער אָדער מאָבילקע.

די האָפֿענונג איז, אַז דער מיני־ווידעאָ וועט גיבן די צוקוקער אַפּעטיט אויך אויסצופּרוּוון די ייִדיש־שפּראַכיקע ווידעאָס — נישט בלויז פֿון קאָכערײַ, נאָר פֿון אַלע אַנדערע מינים פֿילמען, וואָס געפֿינען זיך אויף דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך אַ סך אָפּגעגעבן מיטן פּראָדוצירן און פֿאַרשפּרייטן ייִדישע ווידעאָס מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, כּדי מענטשן, וואָס קענען נישט לייענען קיין ייִדיש, זאָלן אויך קאָנען געניסן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט, זײַן „יו־טוב‟ קאַנאַל און זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט.

די ווידעאָס ציִען טאַקע צו אַ סך באַזוכער. דער גרעסטער שלאַגער ביז איצט איז דניאל קאַהנס פֿאָרשטעלונג פֿון לענאַרד כּהנס ליד „הללויה‟ אויף ייִדיש — אַ ליד וואָס קאַהן האָט אַליין איבערגעזעצט. דער ווידעאָ האָט שוין צוגעצויגן מער ווי 410,000 באַזוכער.

די סעריע פּראָגראַמען מיטן חסידישן פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער — „ראש־חודש מיט ר׳ ליפּא‟ — ציט אויך צו אַ שיינעם עולם, אַ מאָל אַפֿילו ביז 25,000 באַזוכער. אַ טייל פֿון די קאָכפּראָגראַמען ברענגען אויך אַרײַן אַ סך צוקוקער. איין ווידעאָ וואָס ווײַזט ווי די פּוילישע ייִדן פֿלעגן מאַכן געפֿילטע פֿיש, האָט צוגעצויגן אַרום 13,000 באַזוכער.