מיסטעריעזע וואָרצלען פֿונעם ערשטן אַפּריל

Mysterious Roots of April Fool's Day

ער ערשטער אַפּריל אין פֿראַנקרײַך
ער ערשטער אַפּריל אין פֿראַנקרײַך

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 28, 2017, issue of March 29, 2017.

אין דער אַלגעמיינער קולטור פֿון די מערבֿדיקע לענדער איז אָנגענומען דער מינהג אָפּצומערקן דעם 1טן אַפּריל ווי דעם „נאָראָנים־טאָג‟, ווען אַ סך מענטשן מאַכן אַ פֿרײַנדלעכן שפּאַס מיט זייערע קרובֿים און חבֿרים, אָדער נאַרן זיי אָפּ אויף פֿאַרשיידענע שפּילעוודיקע אופֿנים. אין רוסלאַנד טראָגט דער דאָזיקער „יום־טובֿ‟ אָפֿט אַ מער נייטראַלן נאָמען: „דער טאָג פֿון געלעכטער‟.

די אייראָפּעיִשע טראַדיציע פֿונעם „נאַראָנים־טאָג‟ שטאַמט פֿון מיטל־עלטער און ווערט שוין דערמאָנט מיט איבער 600 יאָר צוריק אין די ווערק פֿונעם ענגלישן קלאַסיקער דזשעפֿרי טשאָסער. אָנהייב 16טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצויזישער פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר עלואַ ד׳אַמערוואַל דערמאָנט דעם „אַפּריל־פֿיש‟; אין פֿראַנקרײַך איז נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט דער ערשט־אַפּריליקער מינהג אויפֿצוהענגען אויף עמעצנס רוקן שטילערהייט אַ שטיקל פּאַפּיר, אויסגעשניטן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿיש און באַצירט מיט אַ חוזק־אויפֿשריפֿט. למעשׂה, האָט אַזאַ קאָטאָוועס נישט אַלעמאָל אַ פֿרידלעכן טעם. מיט הונדערטער יאָר צוריק, פֿלעגן די פֿראַנצויזישע חוזק־מאַכער באַשמוצן מענטשן מיט אַן עכטן פֿיש, שמאַלציק און פֿאַרפֿוילט.

די היסטאָריקער באַמערקן, אַז ענלעכע טראַדיציעס זענען פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט. אונדזער פֿאַרגאַנגענער פֿריילעכער פֿרילינגדיקער יום־טובֿ, פּורים, ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיט חוזק און פּאַראָדיעס. בײַ די אַמעריקאַנער אינדיאַנער זענען אַזעלכע מינהגים אָבער, אויף וויפֿל מע ווייסט, נישטאָ. דעריבער, קאָן מען משער זײַן, אַז די דאָזיקע טראַדיציע איז אויפֿגעקומען אויפֿן אייראָ־אַזיאַטישן קאָנטיטענט.

אינעם יאָר 1789 האָט דער באַקאַנטער משׂכּיל יצחק סאַטאַנאָוו (1733-1805) פֿאַרעפֿטנלעכט זײַנע „משלי אָסף”, כּלומרשט ווי אויטענטישע לידער פֿונעם תּנ״כישן פּאָעט אָסף בן ברכיהו, וועלכער האָט געלעבט אין דוד המלכס צײַטן. די שפּראַך פֿון „משלי אָסף” שטימט מיטן עכטן תּנ״כישן לשון־קודש, אָבער ווי באַלד קיינער האָט פֿריִער נישט געהערט פֿון אַזאַ אַפּאָקריפֿישן טעקסט, האָבן די לייענער אינגיכן פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿאַרלעגער אַליין איז דער אמתער מחבר פֿון די לידער. זײַענדיק גאָר אַ באַגאַבטער מענטש, האָט סאַטאַנאָוו אַרויסגעוויזן אַ גרויסן פֿילאָלאָגישן טאַלאַנט און פֿעיִקייט נאָכצומאַכן כּלערליי סטילן, אַרײַנגערעכנט די פּסוקים פֿון ספֿרי־נבֿיאים.

אַ טשיקאַווע ליד פֿון טודרוס אַבולעפֿיה
אַ טשיקאַווע ליד פֿון טודרוס אַבולעפֿיה

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ גאַנצע ריי לידער אין „משלי אָסף” קלינגען ענלעך צו די ווערק פֿונעם ספֿרדישן פּאָעט טודרוס אַבולעפֿיה, וועלכער האָט געוווינט אין טאָלעדאָ אינעם 13טן יאָרהונדערט; אַחוץ לשון־קודש, האָט ער אויך געשריבן אויף אַראַביש, אַרויסווײַזנדיק אַ מײַסטערישע באַהאַוונטקייט אין דער קלאַסישער שפּראַך פֿון די מוסולמענער. נישט ווייניק פֿן אַבולעפֿיהס לידער האָבן אַן אויסגעשפּראָכן עראָטישן טעם; למשל, ער שרײַבט, אַז אַ ייִד זאָל שלאָפֿן, במחילה, בלויז מיט בנות־ישמעאל, די אַראַבישע שיקסעס, און בשום־אופֿן נישט רירן די קריסטלעכע טעכטער, בנות־אדום, ווײַל זיי „ליגן אין בעט ווי אַ שטיק האָלץ”. אין אַן אַנדער ליד דריקט ער אויס זײַנע ליבע־געפֿילן צו אַ לעסביש פּאָרפֿאָלק. ד״ר אַנכעל סענס־באַדיִיאָס, אַ באַקאַנטער מאַדרידער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש, גלייבט, אַז אין זײַן דור איז אַבולעפֿיה געווען דער בעסטער און דער סאַמע חידושדיקער פּאָעט אין שפּאַניע.

אַזוי צי אַזוי, קאָן מען גרינג באַמערקן אַ סך אויסערגעוויינטלעכע ענלעכקייטן צווישן אַבולעפֿיהס און סאַטאַנאָווס ווערק. הגם די לידער פֿונעם ספֿרדישן פּאָעט זענען צום ערשטן מאָל פּובליקירט געוואָרן אין 1926, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז סאַטאַנאָוו האָט געהאַט אַ צוטריט צו אַ כּתבֿ־יד פֿון אַבולעפֿיהס זאַמלונג „גן המשלים והחידות”. ס׳איז אינטערסאַנט, אַז ביידע מחברים אַסאָציִיִרן אין זייערע ווערק דעם אָנהייב פֿון פֿרילינג און דעם מזל־דגים (Pisces) מיטן נאַרישן חוזק און מאַסקאַראַד, דערמאָנענדיק די אוראַלטע חוזק־מינהגים פֿון דער פּערסישער שטאָט שושן, וווּ די פּורים־מעשׂה האָט פּאַסירט. ביידע באַמערקן דעם דערמאָנטן פֿראַנצויזישן שפּאַס מיטן פֿיש און גיבן צו, אַז מע טוט עס דעם 13טן טאָג „בעלותא דיומיא ובמשריתא דליליא” – ווען די טעג הייבן זיך אויף און אין דער מחנה פֿון די נעכט. בהיפּוך צום געוויינטלעכן לשון־קודש פֿון ביידע פּאָעטן, שטעלן זיי אַרײַן די דאָזיקע שורה אויף אַראַמיש.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט דער טעלעוויזיע־קאַנאַל „אַל־מאַנאַר” אין לבֿנון געוויזן נײַע אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונגען אין פּערסעפּאָליס — די אוראַלטע פּערסישע קרוינשטאָט, איינער פֿון די באַרימטסטע היסטאָרישע דענקמעלער אין איראַן. איינע פֿון די נײַ־אַנטדעקטע מאַרמאָר־קאָלאָנעס איז באַצירט מיט אַ ריי געראַמטע אויפֿשריפֿטן אויף אַראַמיש. איין שורה שטימט פּינטקלעך מיט די דערמאָנטע ווערטער אין אַבולעפֿיהס און סאַטאַנאָווס לידער. אינעם טעקסט גייט אויך אַ רייד וועגן דער צווייטער וואָך נאָכן אָנהייב פֿון פֿרילינג, פֿיש־מאכלים און „חוכא ואיטלולא‟ — חוזק און שׂימחה. הגם די וואַנט־געמעלן אַרום די אַראַמישע ווערטער זענען צעשעדיקט, זעט אויס, אַז זיי שילדערן פּאַיאַצן, וואָס טאַנצן מיט גרויסע פֿיש.

מסתּמא, זענען אַבולעפֿיה און סאַטאַנאָוו געווען באַקאַנט מיט עפּעס אַן אַראַמישן כּתבֿ־יד, וואָס שטאַמט פֿון דער אוראַלטער פּערסיע און וואַרפֿט אַ שײַן אויף דער געשיכטע פֿונעם הײַנטיקן ערשטן אַפּריל. אין איראַן פּראַוועט מען נאָך הײַנט די יערלעכע שׂימחה „סיזדעבעדאַר”, וואָס פֿאַלט אויס דעם 1טן אָדער 2טן אַפּריל, וואָס דערמאָנט דעם אייראָפּעיִשן „נאַראָנים־טאָג”. האָפֿנטלעך, וועלן די ווײַטערדיקע אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען וואַרפֿן אַ שײַן אויף דער געשיכטע פֿונעם הײַנטיקן ערשטן אַפּריל.

אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — אי אויף לשון־קודש, איז אויף ייִדיש און אַפֿילו אַראַמיש — פֿאַרנעמען פֿאַרשיידענע פּאַראָדיעס און מיסטיפֿיקאַציעס אַ בכּבֿודיק אָרט. באַזונדערס פּאָפּולער איז געווען אַזאַ זשאַנער אינעם מיטל־עלטערלעכן פּראָוואַנס און אין איטאַליע, אין געוויסע פֿאַלן איז שווער צו באַשטעטיקן, צי דער מחבר מאַכט טאַקע חוזק, אָדער דריקט אויס גאַנץ ערנסטע געדאַנקען אין מיט אַ שפּאַסיקן טאָן. למשל, דער מאָדנער אַראַמישער „אלפֿא־ביתא דבן סירא” ווערט געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַ סאַטיריש ווערק פֿון אַן אומבאַקאַנטן אוראַלטן אַפּיקורס; געוויסע רבנים נעמען עס אָבער אָן ערנסט און מיינען, אַז צווישן די נאַרישקייטן האָט דער מחבר באַהאַלטן גרויסע סודות־התּורה.

אויב איר האָט איבערגעלייענט מײַן אַרטיקל ביז דאַנען, מוז איך אײַך וואָרענען, אַז ס׳איז טיילווײַז אַ פּאַראָדיע אויף מײַנע אייגענע אַרטיקלען, אָנגעשריבן לכּבֿוד דעם קומענדיקן ערשטן אַפּריל. אין דער ייִדישער פּרעסע איז פֿאַראַן אַ רײַכע און לאַנגע טראַדיציע פֿון פּאַראָדיעס און שפּאַסן. עס וואָלט געווען כּדאַי אַזאַ זשאַנער מזכּה צו זײַן צו תּחית־המתים. ווי אַן אַנדער קלאַסישן מײַסטער פֿון פּאַראָדיעס איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם „זיידן” פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר־ספֿרים. געוויסע פּאָפּולערע ליטעראַרישע ווערק — למשל, „דער דיבוק” פֿון אַנ־סקי —– איז געוואָרן אַ קוואַל פֿון גאַנץ אָריגינעלע נאָכמאַכונגען.

אין דער אמתן, האָב איך אויסגעטראַכט, דער עיקר, בלויז די מעשׂה מיט כּלומרשט אַנטדעקטע אוראַלטע פּערסישע וואַנט־באַצירונגען און פֿרילינג־טעמעס מיטן פֿיש אין דער ייִדישער פּאָעזיע. די אַראַמישע פֿראַזע איז, אַוודאי, אויך מײַנע. די געשיכטע פֿונעם ערשטן אַפּריל בלײַבט אָבער אומקלאָר און אַ טייל היסטאָריקער באַטראַכטן טאַקע אַ מעגלעכע פֿאַרבינדונג מיט איראַן, מיט פּורים און אַפֿילו מיט די אַסטראָלאָגישע פֿיש־סימבאָלן. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע פֿאָלק־מינהגים, איז שווער אויסצוקלאָרן, וווּ מע האָט צום ערשטן אָנגעהויבן אַסאָצייִרן די פֿרייִקע פֿרילינג־טעג מיט חוזק און אָפּנאַרערײַ.

יצחק סאַטאַנאָוו, אַזוי ווי זײַן פֿריִערדיקער מיטדענקער טודרוס אַבולעפֿיה, איז זיכער געווען אַ מײַסטערישער פּאַראָדיסט, הגם דער סטיל פֿון די דאָזיקע צוויי פּאָעטן שיידט זיך, אין דער אמתן, שטאַרק אונטער. און ווער ווייסט, אפֿשר וועלן די אַרכעאָלאָגן טאַקע געפֿינען אַמאָל אַן אוראַלטן הומאָריסטישן פּאָעט, וועלכער האָט נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק געשריבן אין אַן ענלעכן שפּילעוודיקן סטיל.