מיסטעריעזע וואָרצלען פֿונעם ערשטן אַפּריל

Mysterious Roots of April Fool's Day

ער ערשטער אַפּריל אין פֿראַנקרײַך
ער ערשטער אַפּריל אין פֿראַנקרײַך

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 28, 2017, issue of March 29, 2017.

אין דער אַלגעמיינער קולטור פֿון די מערבֿדיקע לענדער איז אָנגענומען דער מינהג אָפּצומערקן דעם 1טן אַפּריל ווי דעם „נאָראָנים־טאָג‟, ווען אַ סך מענטשן מאַכן אַ פֿרײַנדלעכן שפּאַס מיט זייערע קרובֿים און חבֿרים, אָדער נאַרן זיי אָפּ אויף פֿאַרשיידענע שפּילעוודיקע אופֿנים. אין רוסלאַנד טראָגט דער דאָזיקער „יום־טובֿ‟ אָפֿט אַ מער נייטראַלן נאָמען: „דער טאָג פֿון געלעכטער‟.

די אייראָפּעיִשע טראַדיציע פֿונעם „נאַראָנים־טאָג‟ שטאַמט פֿון מיטל־עלטער און ווערט שוין דערמאָנט מיט איבער 600 יאָר צוריק אין די ווערק פֿונעם ענגלישן קלאַסיקער דזשעפֿרי טשאָסער. אָנהייב 16טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצויזישער פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר עלואַ ד׳אַמערוואַל דערמאָנט דעם „אַפּריל־פֿיש‟; אין פֿראַנקרײַך איז נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט דער ערשט־אַפּריליקער מינהג אויפֿצוהענגען אויף עמעצנס רוקן שטילערהייט אַ שטיקל פּאַפּיר, אויסגעשניטן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿיש און באַצירט מיט אַ חוזק־אויפֿשריפֿט. למעשׂה, האָט אַזאַ קאָטאָוועס נישט אַלעמאָל אַ פֿרידלעכן טעם. מיט הונדערטער יאָר צוריק, פֿלעגן די פֿראַנצויזישע חוזק־מאַכער באַשמוצן מענטשן מיט אַן עכטן פֿיש, שמאַלציק און פֿאַרפֿוילט.

די היסטאָריקער באַמערקן, אַז ענלעכע טראַדיציעס זענען פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט. אונדזער פֿאַרגאַנגענער פֿריילעכער פֿרילינגדיקער יום־טובֿ, פּורים, ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיט חוזק און פּאַראָדיעס. בײַ די אַמעריקאַנער אינדיאַנער זענען אַזעלכע מינהגים אָבער, אויף וויפֿל מע ווייסט, נישטאָ. דעריבער, קאָן מען משער זײַן, אַז די דאָזיקע טראַדיציע איז אויפֿגעקומען אויפֿן אייראָ־אַזיאַטישן קאָנטיטענט.

אינעם יאָר 1789 האָט דער באַקאַנטער משׂכּיל יצחק סאַטאַנאָוו (1733-1805) פֿאַרעפֿטנלעכט זײַנע „משלי אָסף”, כּלומרשט ווי אויטענטישע לידער פֿונעם תּנ״כישן פּאָעט אָסף בן ברכיהו, וועלכער האָט געלעבט אין דוד המלכס צײַטן. די שפּראַך פֿון „משלי אָסף” שטימט מיטן עכטן תּנ״כישן לשון־קודש, אָבער ווי באַלד קיינער האָט פֿריִער נישט געהערט פֿון אַזאַ אַפּאָקריפֿישן טעקסט, האָבן די לייענער אינגיכן פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿאַרלעגער אַליין איז דער אמתער מחבר פֿון די לידער. זײַענדיק גאָר אַ באַגאַבטער מענטש, האָט סאַטאַנאָוו אַרויסגעוויזן אַ גרויסן פֿילאָלאָגישן טאַלאַנט און פֿעיִקייט נאָכצומאַכן כּלערליי סטילן, אַרײַנגערעכנט די פּסוקים פֿון ספֿרי־נבֿיאים.

אַ טשיקאַווע ליד פֿון טודרוס אַבולעפֿיה
אַ טשיקאַווע ליד פֿון טודרוס אַבולעפֿיה

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ גאַנצע ריי לידער אין „משלי אָסף” קלינגען ענלעך צו די ווערק פֿונעם ספֿרדישן פּאָעט טודרוס אַבולעפֿיה, וועלכער האָט געוווינט אין טאָלעדאָ אינעם 13טן יאָרהונדערט; אַחוץ לשון־קודש, האָט ער אויך געשריבן אויף אַראַביש, אַרויסווײַזנדיק אַ מײַסטערישע באַהאַוונטקייט אין דער קלאַסישער שפּראַך פֿון די מוסולמענער. נישט ווייניק פֿן אַבולעפֿיהס לידער האָבן אַן אויסגעשפּראָכן עראָטישן טעם; למשל, ער שרײַבט, אַז אַ ייִד זאָל שלאָפֿן, במחילה, בלויז מיט בנות־ישמעאל, די אַראַבישע שיקסעס, און בשום־אופֿן נישט רירן די קריסטלעכע טעכטער, בנות־אדום, ווײַל זיי „ליגן אין בעט ווי אַ שטיק האָלץ”. אין אַן אַנדער ליד דריקט ער אויס זײַנע ליבע־געפֿילן צו אַ לעסביש פּאָרפֿאָלק. ד״ר אַנכעל סענס־באַדיִיאָס, אַ באַקאַנטער מאַדרידער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש, גלייבט, אַז אין זײַן דור איז אַבולעפֿיה געווען דער בעסטער און דער סאַמע חידושדיקער פּאָעט אין שפּאַניע.

אַזוי צי אַזוי, קאָן מען גרינג באַמערקן אַ סך אויסערגעוויינטלעכע ענלעכקייטן צווישן אַבולעפֿיהס און סאַטאַנאָווס ווערק. הגם די לידער פֿונעם ספֿרדישן פּאָעט זענען צום ערשטן מאָל פּובליקירט געוואָרן אין 1926, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז סאַטאַנאָוו האָט געהאַט אַ צוטריט צו אַ כּתבֿ־יד פֿון אַבולעפֿיהס זאַמלונג „גן המשלים והחידות”. ס׳איז אינטערסאַנט, אַז ביידע מחברים אַסאָציִיִרן אין זייערע ווערק דעם אָנהייב פֿון פֿרילינג און דעם מזל־דגים (Pisces) מיטן נאַרישן חוזק און מאַסקאַראַד, דערמאָנענדיק די אוראַלטע חוזק־מינהגים פֿון דער פּערסישער שטאָט שושן, וווּ די פּורים־מעשׂה האָט פּאַסירט. ביידע באַמערקן דעם דערמאָנטן פֿראַנצויזישן שפּאַס מיטן פֿיש און גיבן צו, אַז מע טוט עס דעם 13טן טאָג „בעלותא דיומיא ובמשריתא דליליא” – ווען די טעג הייבן זיך אויף און אין דער מחנה פֿון די נעכט. בהיפּוך צום געוויינטלעכן לשון־קודש פֿון ביידע פּאָעטן, שטעלן זיי אַרײַן די דאָזיקע שורה אויף אַראַמיש.