קויפֿט דזשאָון ריווערס׳ קערה — בלויז $5,000

Buy Joan Rivers’ Seder Plate — For Only $5,000

Courtesy of J. Greenstein & Co

פֿון ייִט״אַ

Published March 28, 2017, issue of March 29, 2017.

מיר טרײַבן דאָ נישט קיין קאַטאָוועס: אַ קערה וואָס האָט באַלאַנגט צו דער פֿאַרשטאָרבענער קאָמיקערין דזשאָון ריווערס וועט נאָך פּסח ליציטירט ווערן.

די קערה, געמאַכט אין די 1980ער יאָרן אין ענגלאַנד, וועט מען ליציטירן דעם 24סטן אַפּריל בײַ דער פֿירמע „דזשיי גרינשטיין ענד קאָמפּאַני‟ אין סידאַרהורסט, נ״י. דער בעל־הבית פֿון דער פֿירמע, דשאָנאַטאַן גרינשטיין, האָט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט אַליין געזאָגט, אַז ווען די קערה וואָלט נישט געהערט דזשאָון ריווערס וואָלט אַזאַ געניצטע קערה מסתּמא ווערט געווען אַרום הונדערט דאָלאַר, אָבער צוליב דעם וואָס די קערה האָט באַלאַנגט צו איר איז עס ווערט אַרום 5,000 דאָלאַר.

די ליציטיר־פֿירמע וועט אויך אָפּליציטירן אַ פּאַספּאָרט וואָס האָט באַלאַנגט צו זאבֿ זשאַבאָטינסקין, דעם רוסישן מחבר און גרינדער פֿון דער רעוויזיאָניסטישער ציוניסטישער באַוועגונג.

די זעלבע פֿירמע האָט שוין פֿריִער ליציטירט אַ מנורה וואָס האָט געהערט סעמי דייוויס דזשוניאָר, אַ פּיאַנע שלמה קאַרלבאַכס, און אַ זאַמלונג יודאַיִקאַ פֿונעם באַקאַנטן אַדוואָקאַט אַלען דערשאָוויץ, האָט איבערגעגעבן די „ניו־יאָרק־טײַמס“.

דזשאָון ריווערס, פֿון דער היים מאָלינסקי, איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, און איז געשטאָרבן אין סעפּטעמבער 2014 צו 81 יאָר, צוליב די קאָמפּליקאַציעס פֿון אַ האַלדז־אָפּעראַציע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.