לאַנג פֿאַרפֿאַלענער רוימישער בית־עולם אַנטדעקט אין רוים

Long-lost Medieval Jewish Cemetery Discovered in Rome

אַ דענקמאָל אויפֿן אָרט פֿון דעם ייִדישן בית־עולם אין רוים וואָס די פֿאַשיסטן האָבן צעשטערט אין 1934
Ruth Ellen Gruber
אַ דענקמאָל אויפֿן אָרט פֿון דעם ייִדישן בית־עולם אין רוים וואָס די פֿאַשיסטן האָבן צעשטערט אין 1934

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 28, 2017, issue of March 29, 2017.

איטאַליענישע אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס אויפֿגעגראָבן 38 קבֿרים, מיט גאַנצע סקעלעט־רעשטלעך דערין, פֿונעם בית־עולם וואָס די רוימיש־ייִדישע קהילה האָט געניצט פֿון מיטל־עלטער ביזן 17טן יאָרהונדערט.

די אַנטדעקונג פֿונעם אַזוי גערופֿענעם „קאַמפּוס יודעאָרום“ האָט מען געמאָלדן אין רוים, אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַם נאַציאָנאַלן רוימישן מוזיי בײַ די בעדער פֿון דיאָקלעטיאַן.

דער לאָקאַל פֿונעם בית־הקבֿרות האָט מען שוין לאַנג געוווּסט פֿון אַלטע מאַפּעס און אַרכיוו־מקורים, אָבער דאָס פּינקטלעכע אָרט איז לאַנג געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אונטער הונדערטער יאָרן פֿון שטאָטאויפֿבוי. לויט דער אַרכעאָלאָגין מאַרציאַ די מענטאָ, ציטירט אין דער רוימישער טאָגצײַטונג „איל מעסאַדזשעראָ“, האָט מען אַחוץ די 38 קבֿרים אויך געפֿונען אַ מצבֿה מיט אַן אויפֿשריפֿט טיילווײַז אויף העברעיִש. אַרכעאָלאָגן האַלטן אַז ס׳רובֿ פֿונעם געביין שטאַמט פֿון מענער, און אַז איין מאַן האָט מען באַגראָבן אין איינעם מיט אַן אײַזערנער וואָג, וואָס האָט אפֿשר אַ שײַכות מיט זײַן מלאָכה. אויפֿן געביין פֿון צוויי פֿרויען האָט מען געפֿונען גאָלדענע רינגען.

לויט אַ באַריכט אין Jewish Heritage Europe (די ייִדישע קולטור־ירושה אין אייראָפּע) האָבן זיך די אַרכעאָלאָגן אַן עצה געהאַלטן מיט רבנישע אינסטאַנצן, אַרײַנגערעכנט דעם הויפּט־רבֿ פֿון רוים, הרבֿ ריקאַרדאָ די סעני. בילדער פֿון דער אויפֿגראָבונג, וואָס ווײַזן טשוועקעס און פֿראַגמענטן האָלץ, ווײַזן אָן אויף דעם, אַז די מתים האָט מען מקבר געווען אין הילצערנע אָרונס.

דאָס אָרט האָט מען אַנטדעקט בשעת פֿיר יאָר אויסגראָב־אַרבעט כּדי אויפֿצובויען די נײַע הויפּטקוואַרטיר פֿון אַ פֿאַרזיכערונג־פֿירמע. די אויפֿגראָבונג האָט אויך אויפֿגעדעקט די רעשטלעך פֿון אַ קדמונישער רוימישער גאַרבערײַ. לויט די באַריכטן האָט מען לעצטנס אויפֿגעשטעלט אַ קליינעם מוזיי, אַזוי אַז ווער סע פֿאַראינטערעסירט זיך קען מאַכן אַ באַשטעלונג און קומען אָנקוקן די אַנטדעקטע רעשטלעך.

דער „קאַמפּוס יודעאָרום“ האָט פֿונקציאָנירט אָנהייבנדיק פֿונעם דרײַצעטן אָדער פֿערצעטן יאָרהונדערט, ווען דער ראַיאָן איז געווען דער הויפּט ייִדישער קוואַרטאַל אין רוים. אַרום דרײַ הונדערט יאָר שפּעטער, אין 1587, האָט עס איבערגענומען און צעשטערט דער פּויפּס אורבאַן דער אַכטער. די פֿאַרבליבענע מצבֿות האָט מען אין 1644 אויפֿגעגראָבן און צום טייל געניצט אינעם אויפֿבוי פֿון אַ נײַער וואַנט.

נאָך דער צעשטערונג פֿונעם בית־עולם האָבן די רוימישע ייִדן געמוזט איבערציִען דעם בית־עולם אויפֿן באַרג אַווענטין, לעבן דעם צירק מאַקסימוס. דער פֿאַשיסטישער רעזשים האָט דאָס אין 1934 אויך צעשטערט, און מ׳האָט זינט דעמאָלט באַערדיקט די ייִדן אינעם הײַנטיקן ייִדישן טייל פֿונעם קאָמבינירטן צווינטער/בית־עולם וועראַנאָ.

נאָך מוסאָליניס אַרײַנמאַרש אין רוים האָט מען, בײַם אויפֿבויען אַ פּרעכטיקן פּראָמענאַד, ווידער אַריבערגעפֿירט דאָס געביין אין וועראַנאָץ אַן אַרטיקל אין דער ייִט״אַ אין 1934 האָט באַשריבן ווי די קרובֿים פֿון די פֿאַרשטאָרבענע זענען אין די גרויסע זומערהיצן געשטאַנען בײַ די אָפֿענע קבֿרים „און מיט אַן אייביקן טרויער אין די אויגן געקוקט אויף די רעשטלעך פֿון זייערע טײַערע קרובֿים, די מאַמעס און טאַטעס, און געפֿילט די טראַגעדיע פֿונעם איצטיקן נע־ונד ווידער צו געפֿינען אַ נײַ רואָרט“.

הײַנט שטייט אויף אָט דעם אָרט אַ קליינער דענקמאָל וואָס מערקט אָפּ דאָס געוועזענע אָרט פֿון די ייִדישע קבֿרים.

צו לייענען דעם אָריגינעלן אַרטיקל, באַזוכט: http://www.jewish-heritage-europe.eu/2017/03/23/italy-romes-long-lost-medievel-jewish-cemetery-discovered/%E2%80%9D



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.