מײַן ערשטער אויפֿטריט אויף אַ קולטורעלן סדר

My First Performance at a Yiddish Cultural Seder

אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל טרעט אויף בײַם סדר פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט — אַקטיאָרן־קלוב.”
Courtesy of Anthony Russell
אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל טרעט אויף בײַם סדר פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט — אַקטיאָרן־קלוב.”

פֿון אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל

Published March 29, 2017, issue of March 29, 2017.

בלויז צוויי חדשים נאָך מײַן סאַמע ערשטן אויפֿטריט אויף ייִדיש בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס האָט דער חזן משה בער מיך פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן בײַם קולטורעלן סדר פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט — אַקטיאָרן־קלוב.‟

איך בין געווען זייער נערוועז, ווײַל צו יענער צײַט בין איך אויפֿגעטראָטן בלויז עטלעכע מאָל אויף יידיש. ווען איך בין אַרויף די טרעפּ האָב איך זיך פּלוצלעם געפֿונען אין אַ קליינעם זאַל, אָנגעפּאַקט מיט מענטשן, וואָס האָבן זיך אַלע, דאַכט זיך, גוט געקענט. דאָס אַליין האָט שוין אַרויסגערופֿן גענוג אַנגסטן בײַ מיר; דערצו זענען אויף די ווענט געהאָנגען בילדער פֿון צענדליקער אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אַרײַנגערעכנט כאָטש איינער, וואָס איז געקומען אויפֿן סדר. בין איך שוין טאַקע געווען גוט באַגריסט.

איך בין, אָבער, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, „אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם פֿענדל אין פֿײַער אַרײַן.‟ און טאַקע, באַלד האָט די היימישקייט פֿון דער צערעמאָניע — די וויצן, די אַנעקדאָטן, די לידער און מעשׂיות — געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן אײַנדרוק און מיר געגעבן דאָס געפֿיל, אַז מע האָט מיך אַרײַנגעצויגן אינעם האַרץ פֿון אַ גרויסער משפּחה.

עס האָט אויך געמאַכט אויף מיר אַ רושם דאָס הערן צוויי לידער, וואָס איך האָב זיך פֿריִער געלערנט בלויז ווי ווערק צו זינגען אויף קאָנצערטן: „פּיראַמידן‟ פֿון דוד עדעלשטאַט און דער פּאַרטיזאַנער־הימען „זאָג ניט קיינמאָל.‟ הערנדיק די לידער אין אַן אויטענטישן קאָנטעקסט האָט זיי צוריקגעבראַכט צום מקור, פֿון וואַנען זיי זענען געקומען: ניט בלויז לידער, נאָר איבערלעבונגען וואָס האָבן פֿאַרוואַנדלט די טראַדיציאָנעלע סדר־נאַראַטיוון פֿון פֿרײַהייט אין קאָנפֿליקטן, שטרעבונגען און פֿראַגעס פֿונעם לעבעדיקן זכּרון, וואָס מע האָט געקענט זען אין די פּנימער פֿון די מענטשן, וואָס האָבן זיי געזונגען. ביידע לידער זענען דערנאָך געוואָרן אַ רעגולערן טייל פֿון מײַן רעפּערטואַר, און „פּיראַמידן‟ איז הײַנט אַ ליד, וואָס איך זינג יעדעס מאָל וואָס איך טרעט אויף בײַ אַ סדר. די אײַנדרוקן פֿון יענעם קולטורעלן סדר באַגלייט מיך יעדעס מאָל וואָס איך זינג עס.

איך בין געווען זייער באַזאָרגט, ווײַל גלײַך פֿאַר מיר איז אויפֿגעטראָטן נאָך אַ חזן, וואָס האָט פֿאַרענדיקט זײַן מליצהדיקן און ראָמאַנטישן אָפּקלײַב פֿון לידער מיט גאָר הויכע נאָטן, וואָס איך קען בשום־אופֿן ניט דערגרייכן. איך האָב זיך גלײַך אַנטשולדיקט — און דווקא אויף ייִדיש. כ׳האָב אויך דערקלערט, אַז איך האָב אויסגעקליבן צוויי דעפּרימירנדיקע לידער און געבעטן, מע זאָל מיר דאָס אויך מוחל זײַן. כ׳האָב אָנגעהויבן זינגען מײַן ערשט ליד, אַבֿרהם ליעסענס „די לענאַ‟ וועגן די יסורים פֿון אַ פּאָליטישן דיסידענט לעבן אַ טײַך אין סיביר, און מע האָט גלײַך אַפּלאָדירט און געשריגן בראַוואָ.

דערנאָך האָב איך געזונגען איינס פֿון מײַנע באַליבטסע לידער, אַבֿרהם רייזענס „דער גמרא־ניגון‟ וועגן די לײדן — יאָ, נאָך אַמאָל די ליידן — פֿון אַן עלנטן ישיבֿה־בחור, וואָס בענקט אַהיים. דער עולם האָט ווידער אַפּלאָדירט, דאָס מאָל מיט נאָך מער באַגײַסטערונג ווי פֿריִער. דער גאַנצער זאַל האָט אָנגעהויבן שרײַען „נאָך אַ מאָל! נאָך אַ מאָל!‟. צוליב מײַן שעמעוודיקייט האָב איך פּרובירט זיך אַוועקצוזעצן אָבער שיין בייקער האָט מיר געהייסן זינגען נאָך עפּעס. האָב איך געזונגען סידאָר בעלאַרסקיס „ווען איך וואָלט געהאַט אַ שנײַדער‟, זײַן טריבוט צו זײַן טאָכטער איזאַבעל, מיט וועמען איך האָב זיך ערשט באַגעגנט מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער.

דער וואַרעמער אופֿן ווי אַזוי דער עולם האָט מיך אויפֿגענומען האָט מיך איבערגעפֿילט מיט עמאָציע. בעת איך בין צוריקגעגאַנגען צו מײַן זיצאָרט האָב איך ממש געדאַרפֿט אײַנהאַלטן די טרערן. כ׳האָב זיך געפֿילט, אַז דאָס וואָס איך בין אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש איז ניט סתּם אַ מאָדנע צופֿעליקייט, נאָר אַ ממשותדיקע איבערלעבונג, וואָס וועט ווירקן אויף מײַן גאַנץ לעבן.