פּאַנעל וועגן „נבֿיאישקייט‟ פֿון דער ייִדישער קולטור װעט זיך טרעפֿן אין מאָנטרעאָל

Panel on the "Prescience" of Yiddish Culture to Take Place in Montreal


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 31, 2017, issue of April 27, 2017.

אַ גרופּע שרײַבער, פֿאָרשער און איבערזעצער וועלן זיך טרעפֿן דעם 8טן אַפּריל אין מאָנטרעאָל, כּדי אַרומצורעדן די פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור פֿון אַמאָל האָט נאָך אַלץ וואָס צו זאָגן וועגן אונדזער הײַנטיקער ווירקלעכקייט.

צוליב דעם וואָס די ייִדיש־רעדנדיקע קינסטלער אין צפֿון־אַמעריקע זענען געווען מאַרגינאַליזירטע פֿיגורן און נײַ־געקומענע אימיגראַנטן וואָס האָבן געלעבט אין עטלעכע געזעלשאַפֿטן מיט אַ מאָל, קען מען דורך זייערע ווערק זיך אַ סך אויסלערנען וועגן דער הײַנטיקער טראַנסנאַציאָנאַליזם און מולטיקולטוראַליזם. די השערה וואָס די פּאַנעליסטן וועלן אַרומרעדן איז צי די ייִדישע קולטור האָט געהאַט עפּעס אַ פֿאָרגעפֿיל וועגן אַ סך פֿון די פּאָליטישע און קולטורעלע ענינים וואָס זענען פֿאַרשפּרײט אין דער הײַנטיקער אַקאַדעמישער וועלט ווי „אינטערסעקציאָנאַליזם‟, „די אידענטיטעט־פּאָליטיק‟ און די איצטיקע קאָנטראָווערסיע איבער קינסטלער פֿון איין קולטור וואָס באָרגן עלעמענטן פֿון אַן אַנדער קולטור (בלע״ז cultural appropriation).

אינעם פּאַנעל וועלן אָנטיילנעמען דער שרײַבער און איבערזעצער עזרא גלינטער, די אַרכיוויסטקע בײַם „פֿאָרווערטס‟ חנה פּאָלאַק, די אַנטראָפּאָלאַגין און עטנאָמוזיקאָלאָגין דזשעסיקע ראָדאַ, און סטיווען לאַפּידוס, אַ פֿאָרשער פֿונעם חסידישן ציבור אין מאָנטרעאָל.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 8טן אַפּריל, 7:30 אין אָוונט בײַם „חבֿורה פֿון מײַל־ענד‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://allevents.in/montreal/prescient-yiddish-a-salon/261367380973264#



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.