אַ בליק אויף צוריק: מיר פּיקעטירן דעם „פֿאָרווערטס‟

That Time We Picketed the Forward

צווישן די באַטייליקטע אין דער פּיקיטיר־אַקציע: די פּאָעטעסע ביילע גאָטעסמאַן (די ערשטע פֿרוי אויף רעכטס); די ייִדיש־לערערין און פֿאָרשערין געלע פֿישמאַן (אין מיטן), און דער געוועזענער שעף־רעדאַקטאָר פֿון יוגנטרוף, ד״ר רחמיאל פּעלץ
צווישן די באַטייליקטע אין דער פּיקיטיר־אַקציע: די פּאָעטעסע ביילע גאָטעסמאַן (די ערשטע פֿרוי אויף רעכטס); די ייִדיש־לערערין און פֿאָרשערין געלע פֿישמאַן (אין מיטן), און דער געוועזענער שעף־רעדאַקטאָר פֿון יוגנטרוף, ד״ר רחמיאל פּעלץ

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 02, 2017, issue of April 27, 2017.

דעם 22סטן אַפּריל 2017 וועט דער „פֿאָרווערטס‟ דערגרייכן אַ וויכטיקן שטאַפּל אין איר געשיכטע: 120 יאָר זינט זי איז פֿאַרלייגט געוואָרן. אַן אויסערגעוויינטלעכער אויפֿטו, נעמענדיק אין באַטראַכט ווי לאַנג מע האָט געהאַלטן אין איין פֿאָרויסזאָגן, אַז אָט־אָט וועט זי אונטערגיין.

לכּבֿוד אַזאַ יום־טובֿ דריקט מען געוויינטלעך אויס לויבגעזאַנגען פֿאַרן „בעל־יובֿל‟. אַזאַ ריטואַל קלינגט אָבער אַ ביסל צו ענלעך צו אַ הספּד, חלילה. אַ סך מער באַלערנדיק, האַלט איך, איז אַרויסצוהייבן אַ מאָמענט אין איר געשיכטע, וואָס איז דווקא נישט געווען אַזוי פֿויגלדיק, אַפֿילו אַ צײַט פֿון קאָנפֿליקט, ווײַל דאָס גיט אַ מער פֿולזײַטיק, לעבעדיק בילד, און ווײַזט אויף ווי ווײַט די צײַטונג האָט זיך פֿאַרבעסערט זינט דעמאָלט.

געווען איז עס אין יאָר 1970. צוזאַמען מיט בערך 20 אַנדערע ייִדישיסטן, האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ פּיקעטיר־אַקציע קעגן דעם „פֿאָרווערטס‟, צוליב דעם צעקאַליעטשעטן ייִדיש וואָס זי האָט דעמאָלט געניצט אויף אירע שפּאַלטן. דער „פֿאָרווערטס‟, װאָס איז דעמאָלט געװען אונטער דער רעדאַקציע פֿון שמעון װעבער, האָט זיך נאָך געפֿונען אינעם „איסט־סײַד‟, און די דעמאָנסטראַציע איז פֿאָרגעקומען טאַקע פֿאַרן בנין.

כאָטש איך בין געווען אַ מיידל פֿון בלויז 13 יאָר, האָב איך זיך גערן באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע, ווײַל אין יענע יאָרן איז דאָס געווען דער פֿאַרשפּרייטסטער מיטל ווי די יוגנט האָט אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן דעם אַלט־פֿרענקישן עסטאַבלישמענט. בײַ מיר אין די אויגן איז דער „פֿאָרווערטס‟ טאַקע געווען אַ טייל פֿון יענעם עסטאַבלישמענט: אַ גרופּע אַלטע מענער וואָס זענען שטעקן געבליבן אין דער תּקופֿה פֿון די 1930ער און 40ער, נישט וועלנדיק צופּאַסן דאָס לשון אָדער דעם אינהאַלט צו די נײַע צײַטן.

די דעמאָנסטראַנטן, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער, האָבן געפֿאָדערט אַז די אַרטיקלען זאָלן געדרוקט װערן לויט די תּקנות פֿון ייִװאָ אַזוי ווי עס האָבן שוין געטאָן אַ סך ייִדישע שרײַבער און ייִדיש־לערער אין אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט, און אַז זי זאָל אױך אױפֿהערן פֿאַרפֿלייצן דאָס לשון מיט ענגלישע און דײַטשמערישע װערטער.

דער „פֿאָרווערטס‟ איז געווען, ווי מע זאָגט בלע״ז — hopelessly out of touch.

איך בין דעמאָלט געווען אַ תּלמידה אין דער פֿאַראייניקטער מיטלשול, אַ יאָר נאָך דער גראַדויִרונג פֿונעם שלום־עליכם־פֿאָלקשול 21. איך האָב שוין געהאַט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿונעם רײַכן אידיאָמאַטישן ייִדיש, דורך די לידער פֿון אַבֿרהם רייזען, די דערציילונגען פֿון י. ל. פּרץ און די זכרונות פֿון אַבֿרהם סוצקעווער װעגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ װילנער פּאַרטיזאַנער.

אַחוץ דער ייִדישער שול האָב איך זיך אויך געלערנט אָן אַ שיעור ייִדישע װערטער און אויסדרוקן בעת מײַנע זומערן אינעם בונדיסטישן לאַגער „קעמפּ המשך‟, זינגענדיק די לידער פֿון איציק מאַנגער, אַבֿרהם ליעסין און די האַרץ־רײַסנדיקע געטאָ־לידער, און פֿון די פּיעסעס, וואָס די קעמפּערס און אויפֿפּאַסער האָבן פֿאָרגעשטעלט פֿאַר די עלטערן יעדן באַזוכטאָג; קלאַסישע פּיעסעס ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „די צוויי קוני־לעמל‟, שלום־עליכמס „שווער צו זײַן אַ ייִד‟ און פּרץ הירשביינס „גרינע פֿעלדער‟. 

פֿון אָט די קלאַסישע ווערק אין דער ליטעראַטור האָב איך זיך געלערנט די ווערטער „קטיגור‟, „נאַגאַן‟, „קאַיאָר‟, „נאַקן‟, „נעלם ווערן‟. כאָטש איך האָב געוויינטלעך נישט אַליין געניצט אַזוינע װערטער אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן האָט זיך בײַ מיר שוין דעמאָלט אַנטװיקלט אַ טיפֿער דרך־ארץ צום ריזיקן ייִדישן שפּראַך־אוצר. 

דערפֿאַר, װען איך פֿלעג אַ מאָל אַרײַנקוקן אין די זײַטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט מיר דאָס לשון אויסגעזען פֿרעמד — און קאָמיש. כּמעט יעדעס דריטע וואָרט איז געווען ענגליש: „שאָו‟ אַנשטאָט פֿאָרשטעלונג; „טעלעוויזשאָן‟ אַנשטאָט טעלעוויזיע; „ספּייס‟ אַנשטאָט קאָסמאָס. בײַ מיר, אַן אַמעריקאַנער געבוירענע, האָט דער מישמאַש פֿון ייִדיש מיט ענגליש (אַ זאַך װאָס איך האָב קיין מאָל נישט געזען אין די פֿראַנצייזישע אַרטיקלען װאָס מיר האָבן געלייענט אין פֿראַנצייזיש־קלאַס) אױסגעזען װי דאָס לשון פֿונעם סטערעאָטיפּישן „גרינהאָרן‟ װאָס פּרוּװט זיך באַרימען מיט זײַן קענטשאַפֿט פֿון ענגליש. 

כ׳האָב אויך נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מע האָט אַרײַנגעשטעקט אַ „ה‟ אין געוויסע ווערטער, ווי, למשל, „מעהר‟ אַנשטאָט „מער‟. ערשט דעמאָלט האָט דער טאַטע מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז זיי מאַכן נאָך דעם דײַטשן אויסלייג. אויף דײַטש שרײַבט מען mehr, שרײַבט מען אויף ייִדיש: „מעהר‟. בײַ מיר האָט עס אויסגעזען אויסטערליש.

אַװדאי האָט אונדזער דעמאָנסטראַציעלע נישט נושׂא־חן געװען בײַ די „פֿאָרווערטס‟־אַרבעטער, און אין מיטן דערינען האָט עמעצער פֿון פֿענצטער אַרויסגעװאָרפֿן אויף אונדז אַן איי. ס׳האָט קיינעם נישט געטראָפֿן און מיר האָבן זיך דווקא צעלאַכט פֿון דעם אַבסורדישן „געווער‟.

כאָטש קיין תּיכּפֿדיקן עפֿעקט האָט אונדזער פּיקעטיר־אַקציע נישט געהאַט אויפֿן „פֿאָרװערטס‟, האָבן זיך צו ביסלעך יאָ אָנגעהויבן דרייען די רעדער. כ׳האָב געהערט אַז די שרײַבער וואָס האָבן געגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟ דרוקן זייערע ווערק זענען נישט געווען צופֿרידן וואָס די רעדאַקטאָרן „בעסערן אויס‟ זייער לשון, אויס זאָרג אַז די לייענער וועלן נישט פֿאַרשטיין. און שפּעטער האָבן יאָסל און חנה מלאָטעק, די רעדאַקטאָרן פֿון „פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, אָנגעהויבן שרײַבן זייער רובריק אויף אַ מער מאָדערנעם לשון. מיט דער צײַט האָט וועבער, אַ פּנים, אַליין געזען, אַז ייִדיש איז מער נישט בלויז אַ שפּראַך פֿון אימיגראַנטן, נאָר אַ בכּבֿודיקער לימוד פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן, היסטאָריקער און סתּם ייִדן איבער דער וועלט, און אַז דער „פֿאָרווערטס‟ קאָן טאַקע האָבן אַ צוקונפֿט, אַ דאַנק זיי.

בעת אַן אינטערװיו מיט דער ייִט״אַ אין 1972 האָט וועבער טאַקע נאָכגעגעבן: „ווען איך זע וויפֿל יונגע־לײַט פֿאַראינטערעסירן זיך הײַנט מיט ייִדיש, גיט עס מיר אַ האָפֿענונג אַז די צײַטונג װעט מיך נאָך לאַנג איבערלעבן.‟