פּראָגראַם לזכר ד״ר שיקל פֿישמאַן אין בראָנקס

Program in Memory of Dr. Joshua Fishman in the Bronx

יהושע שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל
יהושע שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 02, 2017, issue of April 27, 2017.

כּדי אָפּצומערקן דעם צווייטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישיסט, שרײַבער און גדול־הדור פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק יהושע שיקל פֿישמאַן ז״ל וועט מען בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס’ נ״י דורכפֿירן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן.

ד״ר פֿישמאַן האָט געשריבן מער ווי 1,000 אַרטיקלען און מאָנאָגראַפֿן וועגן פֿילשפּראַכיקייט, צוויישפּראַכיקער דערציִונג, דער סאָציאָלאָגיע און געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דעם פֿענאָמען פֿון אויפֿלעבן שפּראַכן און שפּראַך־פּלאַנירונג.

ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט מען דורכפֿירן אַ רונדן טיש מיט ד׳׳ר עליסאַ בן־פּרות (ד״ר פֿישמאַנס שנור און אַ פּראָפֿעסאָרשע אין „קווינס קאָלעדזש‟), איציק בלימאַן (דאָקטאָראַנט אין לינגוויסטיק אינעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟), ד״ר בנימין מאָס (פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָנס האָפּקינס) און באָריס סאַנדלער. עס וועט זיצן בײַם פֿאָרזיץ דוד בראַון.

אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועט דזשאַש וואַלעצקי אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 16טן אַפּריל, פּונקט 12 אַזייגער בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ (3301 ביינברידזש־עוועניו). דער אַרײַנגאַנג איז בחינם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.