פּיעסע אַנטפּלעקט איר פּינטעלע ייִדענע

One-Woman Show Unveils a Jewish Soul


פֿון עדי מהלאל

Published April 04, 2017, issue of April 27, 2017.

די טעג שפּילט אין ניו־יאָרק די קאָמעדיע „נישט אַזוי ייִדישלעך‟ (Not That Jewish) — אַן אויטאָביאָגראַפֿישע פֿאָרשטעלונג, געשפּילט דורך מאָניקאַ פּײַפּער, אַ קאָמיקערין און אַ טעלעוויזיע־סצענאַריסטקע. פּײַפּער דערציילט, אין גאַנג פֿון דער 90־מינוטיקער פּיעסע, וועגן אירע קינדער־יאָרן אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה אין בראָנקס. איר טאַטע איז געווען אַ קאָמיקער וואָס האָט פֿאַרלאָזט דאָס נע־ונד לעבן פֿון אַ קאָמעדיאַנט כּדי צו דערציִען זײַן טעכטערל, מיי לי דייוויס (פּײַפּערס געבוירן־נאָמען).

זי דערציילט ווי איר מאַמע פֿלעגט צווינגען די טעכטער צו שטיין פֿאַרן הויז אום ראָש־השנה, טראָגנדיק די שיינע קליידער, אַזוי ס’וועט אויסזען אַז זיי זענען כּלומרשט צוריקגעקומען פֿון שיל, ווײַל צו קיין שיל האָבן זיי פֿאַקטיש קיינמאָל נישט געהערט. די 7־יאָריקע פּײַפּער איז זייער באַליידיקט געוואָרן פֿון אַ שכנטע אינעם זעלבן עלטער, וואָס האָט איר געזאָגט אַז זיי זענען נישט קיין ייִדן, ווײַל זיי גייען נישט דאַווענען. פּײַפּער האָט פּראָטעסטירט, און די שכנטע האָט צום סוף געזאָגט: „פֿײַן, אָבער איר זײַט פּשוט נישט אַזוי ייִדישלעך‟ — not that Jewish. אין איר משפּחה האָט דאָס זײַן אַ ייִד געהייסן צו עסן ייִדישע מאכלים, צו קענען ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, און איבערהויפּט — צו זײַן קאָמיש.

פּײַפּערס זיסטע זכרונות פֿון אירע עלטערן האָבן צו טאָן מיט זייערע וויצן. איר טאַטע האָט געהאַט אַ טבֿע זיך שטענדיק צו וויצלען און דערבײַ פֿאַרקרימען דאָס פּנים אויף יעדער געלעגנהייט. איר מאַמע, פֿון דער צווייטער זײַט, אַ פֿרוי מיט אַ שאַרפֿער צונג, האָט אין משך פֿון זייער צוזאַמענלעבן תּמיד הנאה געהאַט פֿון איר מאַנס הומאָר. פֿון איר באָבע און די אַנדערע עלטערע-לײַט, האָט זי זיך אויסגעלערנט די ייִדישע ווערטער, וואָס זענען איר בפֿרט נאָענט צום האַרצן.

דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש קומט צום אויסדרוק אין פּײַפּערס שפּראַך אויף דער בינע. דערצו, באַקומט יעדער טעאַטער־באַזוכער, אין איינעם מיט דעם פּראָגראַם, אַ האַנטביכעלע מיט ייִדישע אַמעריקאַנער ווערטער ווי בויטשיק, שמעגעגע, פֿאַרשלאָגענער, פֿאַרביסענע פּנים, שיינע מיידעלע, משוגענער, שפּילקעס, קאָקאַמיימי, וכו’. די ווערטער קומען מיט זייערע טײַטשן, אַזוי אַז פּײַפּער פֿילט זיך נישט מחויבֿ צו דערקלערן די ווערטער באַריכות אין גאַנג פֿון דער פֿאָרשטעלונג, סײַדן זייער טײַטש איז אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דער פּיעסע.

דערציילניק וועגן איר לעבן במשך פֿון די 60 יאָר זינט דער שכנהס באַליידיקונג (דער אָנהייב-פּונקט פֿון דער פּיעסע), באַשרײַבט פּײַפּער איר לעבנס־רײַזע דורך דער פּריזמע פֿון דער אידענטיטעט־פֿראַגע. אין תּוך, איז דאָס די טיפּישע געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, אין איבערגאַנג פֿון אַן עטנישער ייִדישער אידענטיטעט (וווּ צו זײַן אַ ייִד קומט נאַטירלעך ווײַל מע וווינט אין ניו־יאָרק צווישן ייִדן, מע עסט בייגל און מע קען כאָטש אַ ביסל ייִדיש) צו אַ רעליגיעזער. אָבער לשבֿח דער נײַער קאָמעדיע, ווערט די באַהאַנדלונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע זייער ניואַנסירט און בכלל נישט פֿלאַך. פּײַפּער ווערט נישט פּלוצלינג, למשל, קיין פֿרישגלייביקע ייִדישע טאָכטער, אָדער עפּעס אַזוינס בכלל.

בײַ פּײַפּערן אַנטוויקלט זיך דער פֿאַרשטאַנד, אָדער דאָס ייִדישע באַוווּסטזײַן, דורך אירע באַציִונגען מיט מענער, מיט איר משפּחה, און מיט די ערטער וווּ זי וווינט. דאָס אַריבערציִען זיך אין לאָס־אַנדזשעלעס, ווײַט פֿון אַלצדינג ייִדיש אין איר לעבן; דאָס חתונה האָבן מיט אַ גוי, וואָס האָט געקוקט אויף איר ווי אויף אַן עקזאָטישער חיה; דאָס אַדאָפּטירן אַ ייִנגעלע, און באַשליסנדיק ער זאָל באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג וואָס זי האָט קיינמאָל נישט געהאַט; און איר טאַטעס ראָלע אין איר לעבן — האָבן אַלע בײַגעטראָגן.

זי לייגט פֿאָר צום סוף אַ ייִדישע אידענטיטעט פֿון חסד, רחמים און אַ סך הומאָר. און די דאָזיקע אידענטיטעט, ווי זי זאָגט אַליין, פּאַסט פֿאַר אַלע מענטשן, ייִדן צי נישט ייִדן צוגלײַך.

אין „נישט אַזוי ייִדישלעך” גיט מאָניקאַ פּײַפּער אַ חנעוודיקן אָוונט פֿול מיט הומאָר און דראַמע, וווּ זי באַשרײַבט זייער ניואַנסירט אי די קליינע, אי די גרויסע מאָמענטן פֿון איר לעבן.