באַהאַלטן אין די רייען פֿון דער „היטלער־יוגנט‟

Hiding Among the Throngs of the Hitler Youth

יוסף כּץ און „היטלער־יוגנט‟ מונדיר
יוסף כּץ און „היטלער־יוגנט‟ מונדיר

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 07, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אין 1948, ווען ס׳איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה האָט יוסף געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, און אַדורכגעמאַכט די בלוטיקסטע קאַמפֿן בײַם פֿאַרכאַפּן די שטאָט לטרון און איר גאָר וויכטיקן פֿאַרבינדונגס־וועג וואָס האָט געפֿירט קיין ירושלים. אַ סך ייִדישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעקומען אין יענער שלאַכט און ווידעראַמאָל איז יוסף על־פּי־נס אַרויס מיט גאַנצע ביינער.

מיט אַ יאָר שפּעטער, ווען ער איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער אַרמיי, האָט ער געפֿונען אַרבעט אין אַ בענקל־פֿאַבריק, בײַם אַמאָליקן מונקאַטשער בעל־הבית וואָס איז אויך ניצול געוואָרן. יוספֿן האָט אָבער געצויגן צו פֿאַרמערײַ, צו באַאַרבעטן די ערד, צו פֿיטערן בהמות און עופֿות. האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין אַ מושבֿ וואָס האָט זיך גערופֿן „בן־עמי‟, אין מערבֿ גליל, וווּ אַלע מיטגלידער האָבן געדינט אין „פּלמח‟ און ווידעראַמאָל איז יוספֿן אויסגעקומען צו באַווײַזן וווּנדער. זײַענדיק צוזאַמען מיט די מיטגלידער פֿון דערפֿל בן־עמי אין די רעזערוון, האָט ער באַמערקט ווי איינער פֿון זיי פּלאָנטערט זיך בײַם דעטאָנירן אַ לעבעדיקן גראַנאַט. באַמערקט די סומאַטאָכע, האָט ער געכאַפּט דעם גראַנאַט וואָס האָט געהאַלטן בײַם עקספּלאָדירן, וויסנדיק גענוי ווי צו פֿאַרשליסן דעם שליסל. אַזוי האָט ער געראַטעוועט אַכט פֿון זײַנע שכנים פֿון דער פֿאַרם.

דאָ װיל איך צוגעבן מײַנע אייגענע ווערטער:

מיר האָבן געוווינט אין ישראל גאַנצע צען יאָר פֿון 1969 ביז 1979 און האָבן אויך אַדורכגעלעבט די יום־כּיפּור מלחמה פֿון 1973. און אַזוי ווי איך בין געווען אַן איינציק קינד, אָן משפּחה און אָן קרובֿים, ווײַל אַלע זײַנען אומגעקומען בײַ היטלערן, בין איך צוגעפֿלאָסן געוואָרן צו מײַן שוועגערין שׂרהן, מיר זײַנען געוואָרן װי צוויי שוועסטער. מיט דער צײַט האָט שׂרה מיט יוספֿן מיט זייערע צוויי קינדער זיך באַזעצט אין דער שטאָט הרצליה, נישט ווײַט פֿון אונדז, און מיר האָבן זיך געזען טעגלעך, געפּראַוועט שבת און יום־טובֿ צוזאַמען. מיר האָבן אַ סך געלאַכט און הנאה געהאַט פֿון יעדן טשאָלנט, פֿון די ייִדיש־אונגאַרישע מאכלים און פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.

בײַ יוספֿן איז די ערד געווען אײַנגעבאַקן אין זײַן מהות. ער האָט אָפּגעהיט זײַן גאָרטן און פֿאַרפֿלאַנצט גרינצײַג; אָפּגעגעבן זײַן גאַנצן חוש אויף איבערצובויען ס׳הויז, פֿיטערן די הינער, און דער עיקר אויפֿן טויבנשלאַק ווו אַ שאָק מיט טויבן האָבן געוואָרקעט, געוואַרט אויף זײַן אַרויפֿקריכן אויפֿן דאַך, זײ פֿיטערן מיט זערנעס און וואַסער. זײַן לעבן האָט זיך געדרייט אַרום זײַן הויז, זײַן ערד, זײַנע עופֿות און זײַן משפּחה.

יאָ, ייִדן אין די קאַרפּאַטן אין דערפֿלעך זײַנען אַמאָל געווען צוגעפֿלאָסן צו דער ערד, לאַוו דווקא זייער ערד, צו עופֿות און בהמות אויף פֿרעמער ערד. דער עיקר זײַנען די קאַרפּאַטן־בערג געווען באַוווינט מיט ערד־ייִדן, אָבער צום באַדױערן האָבן זייער ווייניק זיך געראַטעוועט פֿון די גאַזקאַמערן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.