געבילדעטע ייִדישע העלדינס „צווישן צוויי וועלטן‟

Educated Jewish Heroines Stuck "Between Two Worlds"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 09, 2017, issue of April 27, 2017.

נאָװעלע „ניט צום רומל” פֿון ראַשעל (רחל) כין
נאָװעלע „ניט צום רומל” פֿון ראַשעל (רחל) כין

פֿאַר דער רוסישער רעװאָלוציע איז מאָסקװע געװען אַ פּאַטריאַרכאַלע שטאָט טיף אײַנגעװאָרצלט אין רוסישן קריסטנטום. אין 1891 האָט דער מאָסקװער גענעראַל־גובערנאַטאָר געהײסן אַרױסטרײַבן אַלע ייִדישע „אומלעגעלע אימיגראַנטן‟, װאָס אײניקע פֿון זײ האָבן געהאַט געװױנט אין דער שטאָט שױן צענדליקער יאָרן. די פֿאַרבליבענע ייִדישע קהילה איז געװען קלײן און לרובֿ פֿאַרמעגלעך, װײַל בלױז ייִדן מיט געלט אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע דיפּלאָמען האָבן געהאַט דאָס אָפֿיציעלע װױנרעכט אין דער צװײטער רוסישער הױפּטשטאָט. צװישן זײ איז געװען דער סוחר פֿון דער צװײטער גילדיע פֿון מאָלעװער גובערניע — מיראָן כין מיט זײַן משפּחה.

זײַן טאָכטער ראַשעל (רחל) (1863–1928) האָט שטודירט אין אַ רוסישער גימנאַזיע פֿאַר מײדלעך און װײַטער ממשיך געװען איר בילדונג אין פֿראַנקרײַך, װי עס איז געװען נוהג צװישן רײַכע אַסימיליטרע רוסיש־ייִדישע משפּחות. אין פּאַריז האָט זי זיך באַקענט מיט באַרימטע רוסישע ליטעראַטן, צװישן זײ — דער נאָוועליסט און דראַמאַטורג איװאַן טורגענעװ, וועלכער איז שוין דעמאָלט באַקאַנט געווען פֿאַר זײַנע אייגנאַרטיקע העלדינס: אידעאַליסטישע, שטאַרקע און לײַנדשאַפֿטלעכע קעמפֿערינס, װאָס װערן כּסדר קרבנות פֿונעם פּאַטריאַרכאַלן רוסישן שטײגער.

נאָכן אומקערן זיך קײן מאָסקװע האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישן אַדװאָקאַט און געהאַט אַ זון. אָבער אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט זי זיך פֿאַרליבט אין אַ צווייטן מאַן, אױך אַ ייִדישן אַדװאָקאַט מיטן נאָמען אָניסים גאָלדאָװסקי. אַזױ װי איר מאַן האָט ניט געװאָלט געבן איר אַ גט, האָט זי זיך געשמדט — און גאָדלאָװסקי האָט געטאָן דאָס זעלבע. אַזױ אַרום האָבן די צװײ נײַ־געװאָרנענע קריסטן, אַ קאַטױלישע פֿרױ און אַ מאַנצביל אַ פּראָטעסטאַנט, געקאָנט חתונה האָבן לױטן רוסישן געזעץ.

כין האָט אָנגעהױבן פֿאַרעפֿטנלעכן אירע דערצײלונגען אין 1882 אין דער רוסישער צײַטשריפֿט „דער פֿרײַנד פֿון פֿרױען”, און זינט דעם פֿאַרנעמט די פֿעמיניסטישע טעמאַטיק אַ חשבֿון אָרט אין איר שאַפֿונג. אירע העלדינען ציִען זײער ליטעראַרישן ייִחוס פֿון טורגענעװס פֿרױען. ניט געקוקט אױף איר אָפּזאָגן זיך פֿון ייִדישקײט, האָט כין אָפּגעהיט אַ סך מיטלײַד צו ייִדן, בפֿרט צו דער ביטערער דאָליע פֿון געבילדעטע ייִדישע פֿרױען, װאָס זײַנען שטעקן געבליבן „צװישן צװײ װעלטן”. זײ אַנטלױפֿן פֿון דער אַלטפֿרענקישער ייִדישקײט, אָבער קענען ניט געפֿינען קײן הײם אין דער רוסישער סבֿיבֿה.

אַזאַ איז דער גורל פֿון שׂרה בערג, אַ טאָכטער פֿון אַ פּראָװינציעלער סוחרישער משפּחה אין דער נאָװעלע „ניט צום רומל”. זי איז דערצױגן געװאָרן אין אַ פֿראַנצױזישן פּאַנסיאָן, אָבער װען איר פֿאָטער איז געשטאָרבן און זי איז פֿאַרבליבן אָן געלט, האָט זי געמוזט זוכן פּרנסה װי אַ פּריװאַטע לערערין. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ניט געקוקט אױף אַלע אירע טאַלאַנטן און קענטענישן, האָבן רוסישע קריסטן ניט געװאָלט צוטרױען זײערע קינדער צו אַ „זשידאָװקע”. שׂרה האָט ניט קײן אינטערעס אין ייִדישקײט, אָבער זי װיל בשום־אופֿן זיך ניט אָפּזאָגן זיך פֿון איר רעליגיע, אַפֿילו צוליב חתונה האָבן מיט אַ קריסטלעכן געליבטן.

ראַשעל כין איז געשטאָרבן שױן אין דער סאָװעטישער צײַט, און איז כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן. דער אינטערעס צו איר לעבן און שאַפֿונג איז אױפֿגעװעקט געװאָרן אין אַמעריקע מיט פֿופֿצן יאָר צוריק אַ דאַנק דעם בוך װעגן רוסיש־ייִדישע שרײַבערינס פֿון קעראָל בעלין, און זינט דעם זײַנען אַרױס אַ צאָל פּובליקאַציעס אױף רוסיש. איצט האָט מען צום ערשטן מאָל אַרױסגעגעבן אַ זאַמלבוך מיט כינס דערצײלונגען און זכרונות. ראַשעל כין איז געװען אַ מיטצײַטלערין פֿון באַרימטע רוסישע מאָדערניסטן, אָבער איר אײגענע שאַפֿונג פֿאַרבלײַבט טראַדיציאָנעל רעאַליסטיש, אינעם סטיל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. זי באַהאַנדלט די ייִדישע טעמע פֿונעם ליבעראַל־הומאַניסטישן שטאַנדפּונקט, װי אַ פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעם פֿונעם רוסישן לעבן.

גאָלדאָװסקי איז געװען אַ הצלחהדיקער מאָסקװער אַדװאָקאַט, און אין זײער שטוב האָט כין געהאַלטן אַ ליטעראַרישן סאַלאָן. דאָ האָבן זיך געטראָפֿן ליבעראַלע פּאָליטיקער, געלערנטע, יוריסטן און ליטעראַטן, קריסטן און ייִדן. מען האָט רעציטירט נײַע לידער, געשפּילט מוזיק און אַרומגערעדט פּאָליטישע פּראָבלעמען. כינס סאַמע דרײסטער ליטעראַריש־פּאָליטישער אױפֿטו איז געװען די דראַמע „יורשים”, װאָס איז אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין מאָסקװער „מאַלי טעאַטער” אין 1911. די צעטנראַלע פֿיגור פֿון דער דראַמע איז אַן עלטערער געשמדטער גבֿיר פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האַלט בײַם שטאַרבן. די אינטריגע דרײט זיך אַרום זײַן ירושה. די יורשים זײַנען פֿאַרשידענע גלידער פֿון זײַן משפּחה. אײניקע פֿון זײ געהערן צו דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע, װאָס האָבן פֿײַנט ייִדן אָבער האָבן ליב זײער געלט. די סאַטירישע שילדערונג פֿון דעם רוסישן אַדל האָט אַרויסגערופֿן כּעס בײַ די נאַציאָנאַליסטישע רוסישער קריטיקער, װאָס האָבן דערזען אין „יורשים” „גאָטלאָזיקײט, מאַכטלאָזיקײט און קאָסמאָפּאָליטיזם”. עס האָט זיך אױסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל, און מען האָט אַראָפּגענומען די פּיעסע פֿון דער בינע פֿאַרן האָבן “באַלײדיקט די רוסישע אַריסטאָקראַטיע”.

סטיליסטיש געהערט כינס ליטעראַרישע ירושה צו דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, אָבער די פּראָבלעמאַטיק פֿון אירע װערק, מיט זײער בולטער ליבעראַלער אידעאָלאָגיע, רעליגיעזער טאָלעראַנץ און הומאַניסטישער שטימונג, װערט װידער אַקטועל אין אונדזער צײַט, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ מחוץ.