זעלטענער פֿילם פֿון מאַלי פּיקאָן וועט געוויזן ווערן

Rare Film of Moly Picon to be Screened

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 09, 2017, issue of April 27, 2017.

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע וועט מען אינעם „מיטלען־מערבֿ‟ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווײַזן דעם זעלטענעם פֿילם „מאַלי פּיקאָן: די באַרימטע כאַראַקטער־קאָמעדיאַנטקע.‟

דער פֿילם, אַן 11־מינוטיקער כּמו־דאָקומענטאַר וואָס נעמט אַרײַן אַן אינטערוויו מיטן באַליבטן שטערן פֿון דער ייִדישער בינע און קינאָ בײַנאַנד מיט „פֿלעשבעקן‟ צו איר יונגט ווי מלכּה אָפּיקון אין אַ „טענעמענט־הויז‟ אין ניו־יאָרק, ווערט זעלטן ווען פּראָיעקטירט און איז קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט געוואָרן ווי אַ טאַשמע אָדער „די־ווי־די‟.

דעם פֿילם וועט מען ווײַזן ווי אַ טייל פֿון אַ סימפּאָזיום בײַם וויסקאָנסענער אוניווערסיטעט אין מעדיסאָן געווידמעט זעלטענע פּלאַטעס און פֿילמען, און דעם אופֿן ווי אַזוי מע קען זיי אויפֿהאַלטן און רעסטאַוורירן. דער סימפּאָזיום, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה מײַרענט‟ און דעם „וויסקאָנסענער צענטער פֿאַר דער אויספֿאָרשונג פֿון פֿילם און טעאַטער,‟ נעמט אויך אַרײַן אַ בענדזשאָ־קאָנצערט מיטן נאָמען „3Banjos3‟ מיט די מוזיקער הענעך סאַפּאָזניק, גרעג עדעמס און קען פּערלמאַן. עס וועלן אויך פֿאָרקומען אַ סעריע דיסקוסיעס וועגן דעם באַקאַנטן פֿילם „דער דזשעז־זינגער‟ מיט אַל דזשאָלסאָן.

ראָן הוטשינסאָן, דער דירעקטאָר פֿונעם „וויטאַפֿאָן־פּראָיעקט‟, וועט אַרומרעדן די היסטאָרישע וויכטיקייט פֿון וויטאַפֿאָנען און זײַנע אייגענע באַמיִונגען זיי אָפּצוראַטעווען. די וויטאַפֿאָנען זענען געווען צווישן די ערשטע פֿילמען מיט קלאַנג־רעקאָרדירונגען. להיפּוך צו די שפּעטערדיקע קלאַנג־פֿילמען, אין וועלכע מע האָט רעקאָרדירט דעם קלאַנג ווי אַ טייל פֿונעם פֿילם גופֿא, איז אַ וויטאַפֿאָן געווען אַ שטומער פֿילם, וואָס איז געקומען צוזאַמען מיט אַ קלאַנג־רעקאָרדירונג אויף אַ פּלאַטע, וואָס מע האָט געשפּילט בעת מע האָט פּראָיעקטירט דעם פֿילם.

כאָטש מע האָט געמאַכט איבער טויזנט פֿון די דאָזיקע פֿילמען במשך פֿון די יאָרן 1926־1931, איז דער מעדיום באַלד אין גאַנצן אַרויס פֿון באַנוץ און מע האָט זיי דערפֿאַר אויפֿגעהערט צו פֿאַרשפּרייטן. דער „וויטאַפֿאָן־פּראָיעקט‟ זאַמלט צונויף די פֿילמען און פּרובירט זיי צוריקצושטעלן בײַנאַנד מיט די רעקאָרדירטע קלאַנגען פֿון די פּלאַטעס, וואָס דאַרפֿן זיי באַגלייטן. צווישן די פֿילמען וואָס דער פּראָיעקט האָט רעסטאַוורירט איז „מאַלי פּיקאָן: די באַרימטע כאַראַקטער־קאָמעדיאַנטקע‟.

דער סימפּאָזיום וועט פֿאָרקומען דעם 20סטן און 21סטן אַפּריל אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט אין מעדיסאָן. דער אײַנטריט צום סימפּאָזיום איז בחינם. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://mayrentinstitute.wisc.edu/events/world-records-2017/.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.