דער „ייִדישער אײַדאָל‟ אין מעקסיקע זוכט אויסלענדישע זינגער

Yiddish Idol in Mexico Seeks Singers from Abroad


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published April 14, 2017, issue of April 27, 2017.

ווילט איר אויפֿטרעטן מיט אַ ייִדיש ליד אין מעקסיקע און אַז מע זאָל אײַך באַצאָלן דערפֿאַר? שוין צום צווייטן מאָל זוכן דיאָרגאַניזירער פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ אין דער מעקסיקאַנערהויפּטשטאָט פֿיר אָדער פֿינף אויסלענדישע זינגער פֿון אָריגינעלע לידער אויף ייִדיש, וועמען זיי קענען ברענגען קיין מעקסיקע, כּדי זייזאָלן אויפֿטרעטן ווי אַ טייל פֿונעם געזאַנג־פֿאַרמעסט „דער ייִדישער אײַדאָל‟. די אינטערנאַציאָנאַלע געסט, ווי אויך די באַטייליקטעאין מעקסיקע גופֿא, וועלן קאָנקורירן פֿאַרן ערשטן פּריז פֿון $18,000 פּעזעס (אַרום $1,000 אַמעריקאַנער דאָלאַר) אָדער אַ פּריז פֿון $9,000 פּעזעס (אַרום $500 אַמעריקאַנער דאָלאַר).

מע זוכט לידער אין צוויי קאַטעגאָריעס: אָריגענעלע לידער אויף ייִדיש געשריבן פֿון די זינגער אַליין (מיט אָריגינעלע אָדערשוין־געשריבענער מוזיק) אָדער דער בעסטער אויפֿטריט פֿון אַ שוין־עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער אַ ליד, וואָס מע האָטאיבערגעזעצט אויף ייִדיש.

פֿאַר דער ערשטער קאַטעגאָריע מוזן די ווערטער צום ליד זײַן אָריגינעלע און ביז־אַהער קיינמאָל ניט פֿריִער פּובליקירט געוואָרן. מע נעמט אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָן מוזיקאַלישער באַגלייטונג. דאָס ליד מוז דויערן כאָטש 2 און אַ האַלבמינוט.

פֿאַר דער צווייטער קאַטעגאָריע קען מען אויפֿטרעטן מיט אַ שוין־עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער איבערזעצן אַ ליד אויף ייִדישפֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך. אַזוי ווי בײַ דער ערשטער קאַטעגאָריע נעמט מען אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָןמוזיקאַלישער באַגלייטונג און דאָס ליד מוז דויערן כאָטש 2 און אַ האַלב מינוט לאַנג. דער פּריז פֿאַר די אָריגינעלע לידער איז $1,000 אַמעריקאַנער דאָלאַר און פֿאַר די שוין־עקזיסטירנדיקע — $500.

כּדי אָנצוגעבן אויפֿן פֿאַרמעסט מוז דער זינגער אָדער זינגערין אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער אָדער זי טרעט אויף מיטן ליד, בײַנאַנד מיטן טעקסט פֿונעם ליד. מע דאַרף אויך אַרײַנשיקן אַ פֿאַרבינדונג צום ווידעאָ (אויף „יו־טוב‟, אָדער דורך „דראָפּבאָקס‟) אוןדעם טעקסט פֿונעם ליד צום אַדרעס ijbin@deridisheridol.com ביזן 23סטן אַפּריל.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט סילוויע ביאַליק, די דירעקטאָרשע פֿונעם פֿאַרמעסט דורכן שרײַבן silvia@edo-mex.net.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.