אַלע פּאַפּיראָסן זענען כּשר לפּסח, זאָגט ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ

All Cigarettes Kosher for Passover, Israel's Sephardi Chief Rabbi Says

getty images

פֿון ייִט״אַ

Published April 14, 2017, issue of April 27, 2017.

ירושלים. — דער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, ר׳ יצחק יוסף, האָט אויף טעלעװיזיע דערקלערט, אַז מע מעג פּסח רײכערן פּאַפּיראָסן װאָס האָבן נישט קיין שטעמפּל באַשטעטיקנדיק אַז זיי זענען כּשר לפּסח. 

הגם געװיסע פּאַפּיראָסן פֿאַבריקירט אין ישׂראל און אין אױסלאַנד האָבן יאָ אַ פֿאָרמעלע באַשטעטיקונג אַז זיי זענען כּשר לפּסח, האָט ר׳ יוסף געזאָגט אַז ס׳איז נישט נייטיק. 

זײַן באַמערקונג איז געװען אַ תּשובֿה אויף דער שאלה, צי מע דאַרף אַ פֿאָרמעלע באַשטעטיקונג אַז די אַמעריקאַנער פּאַפּיראָסן האָבן אין זיך נישט קיין חמץ, גיט איבער אַ באַריכט אין דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟.

הרבֿ יוסף האָט, אַ פּנים, באַזירט זײַן תּשובֿה, צום טייל, אויף דער הלכה, אַז אויב אַ הונט וועט עפּעס נישט עסן, איז עס נישט קיין שפּײַז.

„אַ הונט איז תּמיד הונגעריק, און וועט עסן וואָס מע גיט אים,‟ האָט דער רבֿ דערקלערט. „אָבער אויב איר גיב אים אַ פּאַפּיראָס, וועט ער אים רייכערן? ער וועט אים אַפֿילו נישט אָנרירן.‟

הרבֿ יוסף האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז אַוודאי בעסער אַז מע הייבט בכלל נישט אָן צו רייכערן, אָבער אויב אַ מענטש האָט שוין אַן אַדיקציע צו דעם, דאַרף ער נישט זוכן קיין „כּשר לפּסח‟ שטעמפּל.

אַ שטודיע האָט לעצטנס אַנטפּלעקט, אַז דאָס רייכערן פּאַפּיראָסן איז אַן אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם בײַ די צה״ל־כּוחות. בערך 26% פֿון די יונגע לײַט וואָס קומען אָן אין מיליטער רייכערן פּאַפּיראָסן, אָבער בײַם פֿאַרענדיקן דאָס מיליטערישע דינסט רייכערן שוין 40% פֿון זיי.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.