אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וואַרפֿט אָפּ בויקאָט־פּאָליטיק מיט ישׂראל

EU Breaks With BDS Policy Against Israel

פֿולוויאָ מאַרטוסיעלאָ, דער איניציאַטאָר פֿונעם באַריכט וואָס פֿאַרווערט די בויקאָטיר־אַקציעס
wikimedia commons
פֿולוויאָ מאַרטוסיעלאָ, דער איניציאַטאָר פֿונעם באַריכט וואָס פֿאַרווערט די בויקאָטיר־אַקציעס

פֿון ייִט״אַ

Published April 16, 2017, issue of April 27, 2017.

רעאַגירנדיק אויף די אייראָפּעיִשע באַמיִונגען צו בויקאָטירן ישׂראל, האָט אַ באַריכט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן געשעפֿט־ענינים צום ערשטן מאָל אָפּגעזאָגט אַזוינע אַקציעס.

דער פֿאַררוף אויף בויקאָטן, וואָס דערמאָנט נישט ישׂראל בײַם נאָמען, איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק, דורך אַ פּראָ־ישׂראלדיקן איטאַליענישן דעפּוטאַט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, פֿולוויאָ מאַרטוסיעלאָ, דורך זײַן צענטער־רעכטער פֿראַקציע — הײַנט די גרעסטע פֿראַקציע אינעם פּאַרלאַמענט.

מאַרטין שולץ, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, האָט נישט איין מאָל באַטאָנט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וועט נישט שטיצן קיין בויקאָטיר־אַקציעס קעגן ישׂראל, און עטלעכע פּאָליטיקער פֿונעם פֿאַרבאַנד האָבן אויך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער בויקאָטיר־באַוועגונג אין זייערע עפֿנטלעכע רעדעס. ביז איצט איז זייער שטעלונג אָבער נישט אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין קיין שום אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.

מאַרטוסיעלאָ איז אויך אַקטיוו בײַם באַקעמפֿן אַ פּלאַן אַראָפּצונעמען ישׂראל פֿון אַ רשימה לענדער וואָס קענען באַקומען קרעדיט־בענעפֿיטן פֿונעם אייראָפּעיִשן אינוועסטיר־באַנק. דער בודזשעט־קאָמיטעט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט קלערט אויך אַראָפּצונעמען עטלעכע אַנדערע לענדער פֿון דער רשימה: ברוניי, איסלאַנד, סינגאַפּאָר, טשילע און דרום־קאָרעע, טענהנדיק אַז די לענדער האָבן סײַ־ווי אַ הויכע הכנסה מיט אַ הויכן קרעדיט־ראַנג. דער פּאַרלאַמענט קלערט צוצוגעבן איראַן צו דער רשימה, האָט אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ.

מאַרטוסיעלאָ האַלט אָבער אַז ישׂראל זאָל יאָ בלײַבן אויף דער ליסטע, טענהנדיק אַז דאָס „וועט אויך העלפֿן פּאַלעסטינע, יאָרדאַניע און אַנדערע לענדער אין אַזאַ אומסטאַבילן ראַיאָן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.