די „קלעזמאַטיקס“ וועט אויפֿטרעטן ווי אַ טייל פֿונעם קאָנצערט „ייִדישע נשמה“

The Klezmatics will Perform as Part of Yiddish Soul

ייִדישע קלעזמער־קאַפּעליע די „קלעזמאַטיקס“
ייִדישע קלעזמער־קאַפּעליע די „קלעזמאַטיקס“

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 23, 2017, issue of April 27, 2017.

„ייִדישע נשמה“, דער „פֿאָלקסבינעס“ יערלעכער קאָנצערט וואָס ברענגט צונויף פֿרומע און פֿרײַע ליבהאָבער פֿון מאָדערן־פֿרומע און חרדישע זינגער, וועט הײַיאָר טראָגן אַ ביסל פֿון אַן אַנדער כאַראַקטער. דער ספּעקטאַקל, וואָס קומט פֿאָר ווי אַ טייל פֿון דער קאָנצערט־סעריע Summerstage (זומערדיקע בינע), וועט דאָס מאָל, אַחוץ די פֿרומע זינגער און קאַפּעליעס „זושא“, די חזנים יעקבֿ לעמער און חיים דוד בערסאָן, און דער אַקאַפּעלאַ־אַנסאַמבל די „מאַקאַביטס“, אויך אַרײַננעמען די וועלטלעכע ייִדישע קלעזמער־קאַפּעליע די „קלעזמאַטיקס“.

ס׳איז איבעריק צו זאָגן אַז די „קלעזמאַטיקס“ וועט זײַן אַ נײַער מין איבערלעבונג בײַ ס׳רובֿ פֿרומע־לײַט אין עולם. צווישן זייערע פּאָפּולערע לידער געפֿינט מען אַ ריי וואָס זענען בפֿירוש אַפּיקורסישע. דערצו היט די קאַפּעליע אַוודאי ניט אָפּ קול־אישה (דער פֿאַרווער צו הערן ווי אַ פֿרוי זינגט); איר פֿידלערין ליסאַ גוטקין זינגט אָפֿט צוזאַמען מיטן הויפּט־זינגער לאָרין סקלאַמבערג. דער ענין פֿון קול־אישה בײַ „ייִדישע נשמה“ האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט בײַ געוויסע צוהערער, וואָס האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז ניט יושרדיק וואָס מע דערלויבט מענער יאָ צו זינגען, און פֿרויען — ניט.

עס וועט טאַקע זײַן אינטערעסאַנט צו זען ווי מע וועט אינטעגרירן די „קלעזמאַטיקס“ אין דער פּראָגראַם. דער קאָנצערט קומט פֿאָר מיטוואָך, דעם 14טן יוני, Summerstage אין צענטראַל־פּאַרק, 7 אַזייגער נאָכמיטאָג.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.