האָלענדישער מײַנסטער געפֿינט וויזע־אַפּליקאַציעס קיין אַמעריקע פֿון חורבן־אומגעקומענע

Dutch Repairman Finds Holocaust Victims' Applications for US Visas

סטאַדיאָנקאַדע־גאַס אין דרום־אַמסטערדאַם
סטאַדיאָנקאַדע־גאַס אין דרום־אַמסטערדאַם

פֿון ייִט״אַ

Published April 25, 2017, issue of April 27, 2017.

אַ האָלענדישער עלעקטריקער האָט בשעת זײַן פֿאַרריכט־אַרבעט אַנטדעקט אַ וואַליזקע מיט וויזע־אַפּליקאַציעס קיין אַמעריקע וואָס אומגעקומענע אינעם חורבן האָבן געהאַט אויסגעפֿילט מיט 76 יאָר צוריק.

דער עלעקטריקער, כוש בראַם, און דער בעל־הבית פֿונעם הויז וווּ ער האָט אין אַ בוידעמשטיבל געפֿונען דאָס רענצל, אַן אַרומגעוויקלטס מיט אַ צײַטונג, האָט די דאָקומענטן איבערגעגעבן דעם ייִדישן היסטאָרישן מוזיי אין אַמסטערדאַם, ווײַל ער האָט חושד געווען אַז „סע קער זיכער האָבן אַ שײַכות מיט דער מלחמה“, ווי ער האָט געזאָגט דער טאָגצײַטונג „העט פּאַראָל“, וואָס האָט געשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם געפֿינס.

נאָך דעם וואָס אַ שלעסער האָט אויפֿגעשלאָסן דאָס רענצל האָבן פֿאָרשערס בײַם מוזיי אויסגעפֿאָרשט די דאָקומענטן און אַנטדעקט אַז זיי האָבן געהערט צו דער משפּחה רעדליך, אַ הויזגעזינד פֿון טאַטע־מאַמע מיט צוויי זין, פּייטער און גונטער, וואָס זענען אין 1938 אַנטלאָפֿן פֿון האַמבורג קיין אַמסטערדאַם. די רעדליכס, וואָס האָבן פֿאַרמאָגט אַ פֿאַבריק פֿון רעגן־מאַנטלען, זענען אַלע אומגעקומען אינעם חורבן.

דאָס רענצל, אויף דער סטאַדיאָנקאַדע־גאַס אין דרום־אַמסטערדאַם, האָט געהאַט צווישן אַנדערע: געלט, פּייטערס באַריכט־קאַרטל פֿון דער מיטלשול, זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע, אַ מעלדונג וועגן זײַן פּטירה צו נײַנצן יאָר אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין עסטרײַך, ווי אויך וויזע־אַפּליקאַציעס פֿאַר טאַטע־מאַמע און זײַן ברודער. אינעם באַריכט איז נישט געשטאַנען צי די רעדליכס האָבן בכלל געקריגן אַן ענטפֿער אויף זייער אַפּליקאַציע.

דאָס רענצל מיטן אינהאַלט איז דעם 20סטן אַפּריל אויסגעשטעלט געוואָרן אינעם ייִדישן היסטאָרישן מוזיי.

פּייטער האָט מען אַרעסטירט בשעת אַן אָבלאַווע אין אַמסטערדאַם און פֿאַרשיקט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין האָלאַנד; פֿון דאָרטן איז ער אַריבער אינעם לאַגער מאַטהאַוזען אין עסטרײַך וווּ ער איז אומגעקומען, אין איינעם מיט זעכציק פּראָצענט פֿון די קנאַפּע 200,000 קאַצעטלער אין דעם לאַגער, אַרײַנגערעכנט 38,120 ייִדן.

פּייטערס עלטערן זענען אין 1944 אַליין דעפּאָרטיקט געוואָרן אינעם לאַגער וועסטערבאָרק און דערהרגעט געוואָרן אין פֿעברואַר אין אוישוויץ. זײַן ברודער, האַלט מען, איז געשטאָרבן מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער. גונטער און טאַטע־מאַמע קערן זיך האָבן אויסבאַהאַלטן ביז 1944, ווען ס׳האָט ווער זיי פֿאַרמסרט. אַרום דרײַ־פֿערטל פֿון די בערך 140,000 האָלענדישע ייִדן זענען אומגעקומען אינעם חורבן — די סאַמע העכסטע שטאַרביקייט אין נאַצי־אָקופּירטער מערבֿ־אייראָפּע.

אַחוץ אַ קורצער מעלדונג צו פּייטערס פּטירה האָט דאָס רענצל אויך געהאַלטן אַ בריוו וואָס ער האָט געשיקט די עלטערן פֿון מאַוטהאַוזען באַלד נאָכן אָנקומען אַהין. „כ׳בין געזונט און איר זאָלט זיך וועגן מיר נישט זאָרגן“, שטייט אין בריוו. דאָקומענטן אינעם רענצל ווײַזן אָן, אַז די פֿאַבריק וווּ פּייטער האָט געאַרבעט, אַסכער אַנטעריער, האָט געשיקט דער משפּחה שׂכירות אויף דרײַ חדשים אַרבעט כּדי צו העלפֿן דער משפּחה זיך אַן עצה געבן מיט דער אַבֿדה. אין פּייטערס באַריכט־קאַרטל האָט אַ לערער געהאַט געשריבן: „מיר קענען אים ווי זייער אַרײַנגעטאָן אין לערנען און אַ קפּדן בײַם אויספֿילן זײַנע שול־אַחריותן“.

אין אַ רעכנבוך אינעם רענצל האָט פּייטער יאָרן לאַנג פֿאַרשריבן זײַנע הוצאָות און הכנסה פֿון זײַן אַרבעט נאָך דער שול און זײַן וואָכנגעלט. אַן אָנהענגער פֿון זעגלען האָט ער זיך געקויפֿט אַ שיפֿל וואָס ער האָט באַצאָלט דערפֿאַר ראַטעסווײַז, און פֿאַרשריבן אינעם רעכנבוך זײַנע הוצאָות בײַם קויפֿן אַ ביכל וועגן זעגלען, קינאָ־בילעטן, אַ ספּאָרטהעמד און מתּנות געקויפֿטע פֿאַר טאַטע־מאַמע: אַ בלײַער פֿאַר דער מאַמען און אַ פּאַפּיראָסן־צינדערל פֿאַרן טאַטן.

„ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ פּלאדיק געפֿינס“, האָט געזאָגט פּייטער בעש, אַ פֿאָרשער בײַם מוזיי, וועגן דער וואַליזקע. „די אָ דאָקומענטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ בילד פֿון דער טראַגעדיע וואָס האָט געטראָפֿן דער משפּחה“.

דער בעל־הבית פֿונעם הויז וווּ מ׳האָט געפֿונען די וואַליזקע, מאַריאַן עלעוועלד־לאַסעס, האָט ליציטירט עטלעכע מטבעות וואָס אינעם רענצל, נאָר דאָס רעשט האָט זי איבערגעגעבן ווי אַ צושטײַער דעם מוזיי.