אַ קוק אויפֿן לעבעדיקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון סמאָטשע־גאַס

Reimagining the Vibrant Jewish Character of Smocza Street

Archive of the Emanuel Ringelblum Jewish Historical Institute in Warsaw, Poland
Archive of the Emanuel Ringelblum Jewish Historical Institute in Warsaw, Poland

פֿון בני מער

Published April 27, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

סמאָטשע, ווי אַנדערע ייִדישע קוואַרטאַלן, ווערט אָפֿט מאָל געשילדערט אין די פּוילישע מקורים ווי אַן אומבאַקאַנטער לאַבירינט; זיי האָבן זי געזען פֿון דער ווײַטנס, נישט־וועלנדיק אַרײַנקומען און אַרײַנקוקן פֿון דער נאָענט. אַפֿילו ייִדישע באַזוכערס פֿון אויסלאַנד זײַנען באַווירקט געוואָרן פֿון די סטערעאָטיפּן וועגן דער גאַס און האָבן באַנוצט שאַבלאָנען וועגן איר. דער שרײַבער לייב מלאך, למשל, האָט באַזוכט וואַרשע און געשריבן אַזוי וועגן סמאָטשע אין זײַן בוך „פֿון פּוילן ביז טערקײַ‟:

דער חושך אין יענע גאַסן איז אַזוי געדיכט, אַפֿילו ווען די זון שײַנט און גיסט ימים ליכט, איז דאָרט פֿינצטער און מרה־שחורהדיק און פֿאַרוואָרלאָזט… די מענטשן, ווי פֿון מיסטקאַסטן אַרויס.

לייענענדיק אַזעלכע שילדערונגען בין איך געוואָרן נאָך מער נײַגעריק זיך צו דערוויסן ווי עס איז טאַקע געווען — אויב נישט אין דער אמתן, כאָטש נעענטער צו דער רעאַליטעט. אין די באַשרײַבונגען פֿון מענטשן וואָס האָבן דאָרט גע­וווינט האָב איך טאַקע געפֿונען אַנדערע בילדער. אַזוי, למשל, שרײַבט משה זאָנשיין, אַ וואַרשעווער זשורנאַליסט, אין זײַן בוך „ייִדיש־וואַרשע‟:

געווען אַ צײַט, ווען „בעסערע‟ מענטשן האָבן די גאַס אין גאַנצן אויסגעמיטן און נישט געוואָלט דאָרט וווינען. געשען איז דאָס נישט צוליב איר שולד. דאָס האָט זי געליטן צוליב אַ ריי שכנותדיקע גאַסן… סמאָטשע־גאַס איז געווען עמכדיק.‟

אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, זעט מען, דער עיקר, דעם דלות. אַזוי שילדערט אַבֿרהם רייזען אַ מכּלומרשט טיפּישן אײַנוווינער פֿון סמאָטשע־גאַס אין זײַן דערציילונג „אין די רײַכע גאַסן‟: „ער איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ שוסטער, און וווינט אין אַ קעלער.‟

אָדער ב׳ יאושזאָן, דער מחבר פֿון „פֿון אונדזער אַלטן אוצר‟, דערציילט אין „די קאָ­פּייקע‟ וועגן אַ מלמד וואָס קנעלט אין אַ בוידעם. אַ קע­לער, אַ בוידעם, אַ מלמד און אַ שוסטער — דאָס זײַנען דאָך אַלע סטערעאָטיפּן, און צוליב זיי קאָנען מיר נישט זען דאָס גאַנצע בילד. אָבער ווען מע קוקט אַרײַן אין די צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה קען מען געפֿינען אין דער גאַס, אַ חוץ מלמדים און שוסטערס, אויך אַפּטייקערס, דאָקטוירים, לערערינס, סוחרים און מענטשן פֿון אַלערליי באַרופֿן.

ווען מע נישטערט אין די מקורים געפֿינט מען אויך אַ נײַעם טיפּ, אַ ייִדישער אַרבעטער, ווי דער דיכטער וואָס האַָט אפֿשר אויך געוווינט אויף סמאָטשע־גאַס: י״ל קאָהן. ער שילדערט אויך דעם דלות: „ס׳האָט די נויט מיר געטריבן אויף גאַסן, וואָקזאַלן,/ כ׳האָב פֿאַר גראָשנס געטראָגן וואַליזן און פּעק,/ געהאַנדלט מיט בלעטער, מיט בייגל, איריסן —/ אָט ווי אַ קינד פֿונעם דעק‟. פֿון דער אַנדערער זײַט, אין איינעם אַ טאָג האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז אין די ייִדישע מאַסן ליגט דער כּוח זיך צו באַפֿרײַען. ער איז געוואָרן אַ בונדיסט און האָט געפֿונען אַ האָפֿענונג: „כ׳האָב פֿרייד געפֿונען צווישן חבֿרה יאַטן,/ אין ברען פֿון אַרבעט און אין קאַמף פֿון פּראָלעטאַריאַט‟. אַזוי איז עס „לײַכטער צו טראָגן די לאַסט, ווײַל איך ווייס,/ אַז איך בין ניט אַליין‟.

ווען מע לייענט די ידיעות, און די אַנאָנסן דערצו, קאָן מען ווערן פֿאַרשווינדלט דווקא פֿונעם רײַכטום פֿון גאַס. אין סמאָטשע 28 האָט זיך געפֿונען אַ לעבעדיקער באַזאַר, און אַנטקעגן דעם איז געשטאַנען אַ טעאַטער אונטערן נאָמען „עלדאָראַדאָ‟. די קאַמינסקיס און די טורקאָוון האָבן מזלזל געווען דעם פֿאָלקס־טעאַטער און געזען אין אים נאָר שונד, אָבער אַנדערע, ווי משה זאָנשיין, האָבן פֿאַרשטאַנען די וויכטקייט פֿון אַזאַ מין טעאַטער:

נישט געווען אין וואַרשע נאָך אַ טעאַטער וווּ דאָס פּובליקום זאָל אַזוי מיטלעבן מיט די אַרטיסטן ווי אין טעאַטער אויף סמאָטשע… סמאָטשע איז געגאַנגען אויסלעבן איר אייגן אָרעם לעבן, אויסוויינען בײַ פֿרעמדע טראַגעדיעס איר אייגענע טראַגעדיע און פֿרייען זיך מיט יענעמס פֿרייד.