אַ קוק אויפֿן לעבעדיקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון סמאָטשע־גאַס

Reimagining the Vibrant Jewish Character of Smocza Street

Archive of the Emanuel Ringelblum Jewish Historical Institute in Warsaw, Poland
Archive of the Emanuel Ringelblum Jewish Historical Institute in Warsaw, Poland

פֿון בני מער

Published April 27, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אין „עלדאָראַדאָ” האָט מען טאַקע געשפּילט מעלאָדראַמעס ווי „די ציגײַנערין”, „באַַשקע”, „לייב­קע מזיק”, „אַ מויד אַ ברען” און אַ סך אַנדע­רע. אַַַרטיסטן ווי שושנה, מאָריס לאָמפּע, חנה גראָס­בערג און בן ציון וויטלער האָבן דאָרטן גע­שפּילט, געטאַנצט און געזונגען. „עלדאָראַדאָ” איז געווען אַקטיוו נאָר אַ פּאָר יאָר, און דערנאָך איז עס געוואָרן אַ קינאָ, „מעטראָ”, וואָס האָט גע­שפּילט כּלערליי פֿילמען, סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף אַנדערע שפּראַכן, ביז די לעצטע טעג פֿון אויגוסט 1939.

ס׳איז אויך געווען אַ תּלמוד־תּורה (סמאָטשע 8) און אַ שיל (22), וואָס איז געווען באַרימט מיט זײַן לעצטן מנין פֿון שבת אין דער פרי, „ווען אין אַלע בתּי־מדרשים איז שוין פֿון לאַנג אָפּגע­דאַוונט… דער שפּעטסטער מנין פֿאַנגט אָן האַלב עלף‟ (בנימין דאַווידזאָן, „וואַרשע של מטה”).

צום גליק, גיבן אונדז ס׳רובֿ פֿון די ידיעות אין די צײַטונגען די פּרטים פֿון די מענטשן אַליין ווי, למשל, לייב רודניצקי, אַ בחור פֿון סמאָטשע 11, וואָס זײַן געליבטע האָט אים פֿאַרלאָזט און ער איז אַזוי מייאש געוואָרן, ביז ער האָט געפּרוּווט באַגיין זעלבסטמאָרד פֿאַר איר הויז. אַזוי דערציילט „אונדזער עקספּרעס”, וואָס שרײַבט ווײַטער אַז גוטע מענטשן האָבן אים געראַטעוועט. ווײַטער דערציילט די צײַטונג גאָרנישט מער פֿון אים. אָבער זײַן נאָמען ווערט דערמאָנט נאָך אַמאָל, צום באַדויערן, צווישן די מיליאָנען נעמען אין „יד ושם”: אַזוי ווייסן מיר אַז רודניצקי איז געוואָרן אַ סוחר, ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי וואָס הייסט רושקאַ, אָבער אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ.

צווישן די רשימות נעמען פֿון די אומגע­קומענע ייִדן אין דער דאַטאַ־באַזע פֿון „יד־ושם‟, קאָן מען געפֿינען אַ סך פֿון די סמאָטשערס און לעבן געבליבענע פֿון די סמאָטשערס. נחמה קוריסקי איז געווען אַ קינד פֿון סמאָטשע־גאַס און וווינט היינט אין נצרת עילית. זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1930, און אירע קינ­דע­ר־זכרונות זײַנען מיר טײַער ווי אַן אוצר:

„מיר, טאַטע־מאַמע און די דרײַ קינדער, זײַנען נישט רײַך געווען אָבער אויך נישט זייער אָרעם‟, האָט זי מיר דערציילט צווישן אַנדערע. די משפּחה עפּעלבוים האָט געוווינט אין אַ צימער־שטוב אין סמאָטשע 1, און נחמה (דעמאָלט ניכע) האָט ליב געהאַט צו גיין אין קינאָ מעטראָ און זען אינעם קיאָסק וואָס טוט זיך מיט „פֿליפּ און פֿלאַפּ” (אַזוי רופֿט מען אין פּויליש לאָרעל און האַרדי). נחמה האָט געפֿאַרבט די אימאַזשן אין שוואַרץ און ווײַס (דער עיקר שוואַרץ), און צוליב אירע דערציילונגען קאָנען מיר געניסן פֿון די רײַכע טעמים פֿון סמאָטשע-גאַס.

ניכע־נחמה איז איינע פֿון די צענדליקער טויזנטער מענטשן וואָס האָבן געוווינט אין די 60 הייזער פֿון סמאָטשע-גאַס. יעדעס הויז איז אייגנטלעך געווען דרײַ הײַזער אַרום איין הויף, און מע קאָן זאָגן אַז דורכשניטלעך האָבן טויזנט מענטשן (93 פּראָצענט פֿון זיי — ייִדן) געוווינט אין אַזאַ מין קאָמפּלעקס. ווי משה גראָסמאַן האָט געשריבן אין זײַן בוך „ווידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער”: „אין איין שמאָלן הויף אַזאַנעם וווינען אַזויפֿיל, וויפֿל עס וווינען ייִדן אין אַ גאַנץ פּראָווינץ־שטעטעלע”.

סמאָטשע איז אייגנטלעך אַ מיקראָקאָסמאָס פֿונעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע פֿאַרן קריג, און בײַ מיר איז עס אַ מיטל צו באַקענען זיך מיט די מענטשן וואָס ריידן די שפּראַך וואָס איך שרײַב איצט. אַזוי באַמי איך זיך צו בויען סמאָטשע־של־מעלה, אָדער סמאָטשע־של־ווערטער, דאָס הייסט — שרײַבן אַ בוך וועגן סמאָטשע.

אויב איר, די לייענער, ווייסט עפּעס אָדער קענט עמעצן וואָס ווייסט וועגן סמאָטשע־גאַס, זײַט אַזוי גוט שרײַבט מיר אויף דעם אַדרעס: bennymem@gmail.com