ווידעאָ: אַ וואָרענונג פֿאַר אַ „ווערײַזאָן‟־געשעפֿט

Video: A Warning in Front of a Verizon Store

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 28, 2017, issue of May 26, 2017.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַלץ מער חסידים ניצן הײַנט די אינטערנעץ און די סמאַרטפֿאָנען, פּרובירן נאָך אַלץ געוויסע קנאָים איבערצורעדן מענטשן ניט צו נוצן די דאָזיקע טעכנאָלאָגיע.

לעצטנס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אַ ריי ידיעות אויף חסידישע וועבזײַטן און שמועס־פֿאָרומס, אַז געוויסע קנאָים, אפֿשר אונטערגעשטיצט דורך רבנים, האָבן לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע קעגן די סמאַרטפֿאָנען. אַ סך חסידישע אינטערנעץ־באַניצער האָבן זיך אַ ביסל אָפּגעלאַכט פֿון דער קאַמפּאַניע בשעתן טיילן זיך מיט ווידעאָס און בילדער פֿון די פּראָטעסטן.

אויבן קען מען זען ווי אַ גרופּע חסידים שטייען פֿאַר אַ „ווערײַזאָן‟־געשעפֿט און טוען תּפֿילה פֿאַר די ייִדישע קונים וואָס גייען דאָרט אַרײַן.

אָט מען זען אַ מאָדנע סצענע וואָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַ דער הויפּט־שיל אין קרית־יואל. אַ גרופּע חסידים, אַרײַנגערעכנט איינער וואָס פֿילמירט דווקא אויף אַ סמאַרטפֿאָן, שטעלן אָפּ אַן אַפֿריקאַנער מאַן, וואָס טראָגט אַ העמד אויף וועלכן עס שטייט געשריבן אויף ייִדיש „ר׳ ייִד, טאָמער איר וואַרפֿט נישט אַוועק אײער סמאַרטפֿאָן/ וועסט אויסזען פּונקט ווי מיר/ נישט קיין סיפֿוק החיים/ נישט קיין פּרנסה/ נישט קיין ווײַב/ נישט קיין קינדער/ נישט קיין עולם־הזה / נישט קיין עולם־הבא‟. ווי מע קען זען פֿונעם ווידעאָ, פֿאַרשטייט בכלל ניט דער מאַן וואָס עס שטייט געשריבן אויפֿן העמד, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דער העמד מאַכט חוזק פֿון אים אַליין. מע האָט אים, אַ פּנים, באַצאָלט צו שטיין דאָרטן, אַז מענטשן זאָלן קענען לייענען די „קול־קורא‟ וואָס שטייט אויף זײַן העמד.

ביז אַהער ווייסט מען ניט, צי די דאָזיקע פּראָטעסטן האָבן געהאַט עפּעס אַ ווירקונג אויפֿן פֿרומען עולם.