דער נסתּרס חלום װעגן ייִדישלאַנד אין ביראָבידזשאַן

Der Nister's Dream about Yiddishland in Birobidzhan

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 30, 2017, issue of May 26, 2017.

עס זײַנען דאָ פֿאַרשידענע דערקלערונגען פֿאַרװאָס פּנחס כּהנאָװיטש האָט גענומען דעם ליטעראַרישן פּען־נאָמען „דער נסתּר”.

איז דאָס געװען אַ רמז אױף דעם חסידישן באַגריף פֿון „צדיק נסתּר”, אַ געהײמער צדיק, װאָס װעט נתגלה װערן פֿאַר דער װעלט דורך זײַנע נסים ונפֿלאות? אָדער האָט ער זיך װי אַ יונגערמאַן „נסתּר” געװען פֿון דער מיליטערישער דינסט אין דער צאַרישער אַרמײ? װי עס זאָל ניט זײַן, האָט דער נסתּר זיך כּסדר געהאַלטן שטיל און װײַט פֿון װאָסער ניט איז עפֿנטלעכער אָדער פּאָליטישער טעטיקײט. זײַן שליחות איז געװען די ייִדישע ליטעראַטור, און ער האָט איר אָפּגעגעבן אַלע זײַנע כּוחות. 

דערפֿאַר דװקא איז עס זײער מערקװירדיק, װאָס אין זומער 1947 האָט זיך דער נסתּר געלאָזט אין װעג אַרײַן מיטן אײַזנבאַן־עשעלאָן פֿון ייִדישע איבערװאַנדערער פֿון אוקראַיִנע קײן ביראָבידזשאַן. נאָכן אָנקומען אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט האָט ער זיך גלײַך פֿאַרטאָן אין דער עפֿנטלעכער טעטיקײט, צום ערשטן און צום לעצטן מאָל אין זײַן לעבן. אַנדערהאַלב יאָר שפּעטער איז ער אַרעסטירט געװאָרן און אין אַ יאָר אַרום געשטאָרבן אין אַ תּפֿיסה־שפּיטאָל אינעם װײַטן רוסישן צפֿון.

די דאָזיקע לעצטע רײַזע פֿון דער נסתּר קײן ביראָבידזשאַן װערט פּרטימדיק רעקאָנסטרויִרט און אַנאַליזירט אינעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט. ער האָט צונױפֿגעבראַכט פֿילצאָליקע גבֿית־עדותן און אַ היפּשע צאָל אַרכיװאַלע דאָקומענטן פֿונעם געריכט װעגן „דער נסתּרס ענין”, װאָס האָט פֿאַרמישפּט צו תּפֿיסה די חשובֿסטע ביראָבידזשאַנער ייִדישע שרײַבער. װי אַ צוגאָב, פֿאַרמאָגט דאָס בוך ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער נסתּרס אײגענע פֿאַרצײכענונגען װעגן זײַן רײַזע, װאָס זײַנען אַרױס אין דער סאָװעטישער און אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. 

פֿאַר װאָס זשע איז דער נסתּר געפֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן אין 1947? לכאורה האָט ער ניט געהאַט קײן אינטערעס אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אין די 1930ער יאָרן, װען אַנדערע סאָװעטישע ליטעראַטן, אַזעלכע װי דוד בערגעלסאָן און פּרץ מאַרקיש, האָבן געזונגען שבֿחים דעם נײַעם סאָװעטישן פּראָיעקט. אָבער נאָכן חורבן האָט דער נסתּר דערזען אין ביראָבידזשאַן אַ מעגלעכקײט אױפֿצובױען אַ נײַעם ייִדישן ייִשובֿ, װוּ סאָװעטישע ייִדן װעלן געפֿינען אַ נײַע הײם. אין זײַנע רײַזע–נאָטיצן שילדערט דער נסתּר פֿאַרשידענע פֿאָלקסטיפּן, מיט װעלכע ער באַקענט זיך אױפֿן װעג צװישן די פּאַסאַזשירן פֿונעם עשעלאָן. לרובֿ שטאַמען זײ פֿון פּאָדאָליע, װוּ זײ האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין געטאָס אונטער דער רומענישער שליטה אין טראַנסניסטריע. אָבער איצט װילן זײ מער ניט בלײַבן אין אוקראַיִנע, װוּ אַנטיסעמיטיזם איז גאַנץ בולט אַפֿילו נאָך דער מלחמה.

אין זײַן יוגנט איז דער נסתּר געװען נאָענט צו פּועלי־ציון און האָט זיך באַטײליקט אין דער באַרדיטשעװער פּאַרטײ־קאָנפֿערענץ אין 1905. מעגלעך, אַז איצט האָט ער דערזען אין ביראָבידזשאַן אַ קיום פֿונעם אַלטן טעריטאָריאַליסטישן חלום װעגן אַ לאַנד, װוּ ייִדן װעלן זײַן בכּוח אױפֿצובױען אַן אײגענע הײם, אָבער ניט אומבאַדינגט אַן אײגענע מלוכה. דער נסתּר האָט אױסגעמאָלט זײַן ביראָבידזשאַנער חלום אין אַ געהױבענעם, ראָמאַנטיש־מיסטישן סטיל׃ „אין יענעם אָרט פֿון פֿאָלקס־שעפֿערישער אָנזאַמלונג, פֿון נײַ־געבורט און איבערדערציִונג, אַװוּהין זײ שטרעבן און ציִען איצט, װי פֿױגלען מיט פֿרילינג־בשׂורה אין די פֿליגל.”

װי עס באַװײַזן דאָקומענטן אין די זכרונות אין קאָטלערמאַנס בוך, האָט דער נסתּר אַקטיװ געפּועלט צו פֿאַרשטאַרקן די דערציִונג אױף ייִדיש אין די ביראָבידזשאַנער שולן. די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע האָט געגלױבט, אַז דער באַרימטער סאָװעטישער מחבר איז געקומען מיט פֿולמאַכטן פֿון מאָסקװער הױכע פֿענצטער, און מען האָט זיך מיט אױפֿמערק צוגעהערט צו זײַנע עצות. און דװקא דאָס האָט געדינט װי אַ יסוד פֿאַר די באַשולדיקונגען אינעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, װען סטאַלינס געהײם־פּאָליצײ האָט אַרעסטירט די פּאַרטײיִשע און ליטעראַרישע פּני פֿון ביראָבידזשאַן.

אײניקע ייִדישע שרײַבער פֿון פּױלן, װאָס האָבן באַשריבן דעם דאָזיקן עפּיזאָד אין זײערע זכרונות נאָך דעם, װי זײ האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָבן פֿאָרגעשטעלט דער נסתּר װי אַ קריטיקער פֿונעם סאָװעטישן רעזשים. אָבער קאָטלערמאַן טענהט, אַז “אין דער אמתן האָט דער נסתּר זיך קײן מאָל ניט אַנטקעגנגעשטעלט קעגן דער סאָװעטישער מאַכט, הגם זי איז אים בלי־ספֿק געװען פֿרעמד.” דער נסתּר האָט מיטן גאַנצן האַרצן ליב געהאַט די רוסישע קולטור, אָבער דערבײַ האָט ער מורא געהאַט פֿאַרן רוצחישן רוסישן און אוקראַיִנישן אַנטיסעמיטיזם, װאָס ער האָט דערזען בפּועל־ממש בעתן רוסישן בירגערקריג. 

די שפּראַך פֿון דער נסתּרס סאָװעטישער פּובליציסטיק שמעלצט צונױף אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן פֿון תּנ״ך, מדרש און צומאָל קבלה מיט קאָמוניסטישער רעטאָריק, װאָס באַקומט אָפֿט אַן אוטאָפּיש־משיחיסטישן בײַטעם. דער דאָזיקער סטיל האָט זײַנע װאָרצלען אין זײַנע װערק פֿון דער רעװאָלוציע־צײַט, װי מען זעט בפֿירוש אין דער מעשׂה „נײַגײַסט”. אָבער אין די פֿערציקער יאָרן װערט אָט די סאָװעטיש־ייִדישע סטיליסטישע און אידעיִשע שמעלצונג, „היברידישקײט”, װי קאָטלערמאַן רופֿט עס, נאָך בולטער. 

צום שלוס פֿונעם בוך גיט קאָטלערמאַן צו אַ פֿאָטאָקאָפּיע פֿון דער נסתּרס כּתבֿ־יד באַטיטלט „ביראָבידזשאַן”, װאָס איז אַ מין מאַניפֿעסט פֿאַר דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט. דער נסתּר באַרעכטיקט דאָ די נױטװענדיקײט פֿון אַ טעריטאָריע פֿאַרן אױפֿלעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק נאָכן חורבן. ער פֿאַרענדיקט זײַן מאַניפֿעסט מיט אַ האָפֿענונג, אַז ביראָבידזשאַן װעט „הײַנט־מאָרגן בײַ אונדזער גוטן װילן, פֿאַרװאַנדלט װערן אין אַ רעפּובליק, אַ זיבצנטע רעפּובליק צו די זעכצן, װאָס זײ זײַנען שױן פֿאַראַן.” (ער מײנט דאָ זעכצן סאָװעטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן, װאָס צוזאַמען פֿורעמען זײ דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד). אַנשטאָט דעם האָט די סטאַליניסטישע מאַכט באַנוצט דער נסתּרס באַזוך װי אַ תּירוץ פֿאַר אױסראָטן די שװאַכע שפּראָצן פֿון ייִדישער קולטור אױף דער ביראָבידזשאַער ערד.