פֿרוי און מיידעלע פֿון רירנדיקער חורבן־פֿאָטאָגראַפֿיע ווערן אידענטיפֿיצירט

Woman And Girl From Astonishing Holocaust Photograph Identified


פֿון טליה זאַקס (Forward)

Published April 30, 2017, issue of May 26, 2017.

אויפֿן בילד זעט מען אַ געמיש פֿון פֿרייד מיט ייִאוש. די פֿרוי האַלט דאָס טעכטערל בײַם הענטעלע און איז צווישן די 2,500 ייִדישע קאַצעטלער וואָס ווערן באַפֿרײַט פֿון אַ נאַצישער באַן אויפֿן וועג פֿון בערגען־בעלזן קיין טערעזיענשטאַט. אויפֿן באַרג הינטער זיי זעען זיך אָן אַנדערע פֿאַרשפּאַרטע, וואָס זעען אויס ממש געפּלעפֿט פֿון זייער פּלוצעמדיקער פֿרײַהייט.

פֿונעם „הארץ“־זשורנאַליסט עופר אדרת ווייסט מען שוין זינט אָקטאָבער, אַז דאָס בילד האָט אַראָפּגענומען דער מאַיאָר קלאַרענס בענדזשאַמין דעם 13טן אַפּריל 1945 ווי אַ טייל פֿון זײַן כראָניק פֿונעם באַפֿרײַען די באַן מצד דער אַמעריקאַנער אַרמיי. די באַן, וואָס האַלט שוין בײַם זעקסטן טאָג פֿון איר נסיעה צווישן בערגען־בעלזן אין דײַטשלאַנד און טערעזיענשטאַט אינעם געוועזענעם טשעכאָסלאָוואַקײַ, איז געווען איינע פֿון דרײַ באַנען, וואָס נאָר איינע איז ממש אָנגעקומען אינעם געצילעוועטן אָרט.

איצט האָט מען סוף־כּל־סוף אידענטיפֿיצירט די פֿרוי.

אדרת דערציילט, אַז נאָך דעם וואָס ער האָט אין אָקטאָבער געשריבן וועגן דעם האָט דער פֿרויס אייניקל אים געשיקט אַ בליצבריוו. אדרת האָט זי אידענטיפֿיצירט מיטן אות נ., און האָט געזאָגט אַז די באָבע, וואָס איז אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע געווען 35 יאָר אַלט, און איר מאַמע וואָס איז דעמאָלט געווען פֿינעף יאָר אַלט, האָבן זיך נאָך דער מלחמה אומגעקערט אין זייער היימלאַנד אונגערן. די מאַמע פֿון נ. איז איצט 77 יאָר אַלט, אָבער האָט זיך נישט געוואָלט באַקענען מיט אדרת כּדי אויפֿצוהיטן איר פּריוואַטקייט.

די גרופּע בילדער וואָס די פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַ טייל דערפֿון האָט אַרויסגעבראַכט אין דער עפֿנטלעכקייט אַ קאַליפֿאָרניער מיטלשול־לערער, מאַט ראָזעל, וואָס האָט אין די פֿריִע 2000ער יאָרן געאַרבעט בײַם דאָקומענטירן די איבערלעבונגען פֿון וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערבײַ האָט עראינטערוויויִרט אַ געוועזענעם קאַפּיטאַן אין דער אַרמיי, וואָס האָט אים פֿאַרבונדן מיטן סאַרזשאַנט דזשאָרדזש גראָס, אַן אַנדער וועטעראַן, וואָס האָט געשיקט ראָזעלן די פֿאָטאָגראַפֿיעס.

נאָך דעם וואָס ער האָט זיי אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן שולס וועבזײַטל און מיטגעאַרבעט מיט דער אינסטאַנץ פֿונעם חורבן־דענקמאָל אין בערגען־בעלזן כּדי זיי מפֿרסם צו זײַן, האָבן אים גענומען שרײַבן בליצבריוו פֿאַרשידענע מענטשן וואָס האָבן זיך אַליין דערקענט אויף די בילדער.

אַז ער האָט זיך געכאַפּט דעם כּוח פֿון זייער געשיכטע האָט ראָזעל גענומען פֿאָרשן די באַן מיט די אַרעסטאַנטן וואָס אויף איר. דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט האָט ער אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דער איבערלעבונג א״ט “A Train Near Magdeburg: A Teacher’s Journey into the Holocaust and the Reuniting of the Survivors and Liberators, 70 Years On.” („אַ באַן לעבן מאַגדעבורג: דער וועג פֿון אַ לערער אינעם חורבן אַרײַן און דאָס ווידער פֿאַראייניקן די חורבן־געליטענע מיט זייערע באַפֿרײַערס“)



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.