ערבֿ איר 69סטן יאָרטאָג וווינען 8.68 מיליאָן מענטשן אין ישׂראל

Israel's Population is 8.68 Million on Eve of 69th Birthday

Wikimedia Commons

פֿון ייִט״אַ

Published April 30, 2017, issue of May 26, 2017.

די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט הײַנט 8.68 מיליאָן נפֿשות.

לויט די ציפֿערן וואָס עס האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די „צענטראַלע סטאַטיסטיק־אינסטאַנץ‟ לכּבֿוד 69 יאָר מדינת־ישׂראל, וואַקסט יעדעס יאָר די באַפֿעלקערונג פֿון דער ייִדישער מדינה כּמעט 2%. אין ישׂראל וווינען הײַנט צען מאָל אַזוי פֿיל מענטשן ווי ווען מע האָט געגרינדעט דאָס לאַנד אין 1948.

אַרום 6.48 מיליאָן אײַנוווינער אין ישׂראל (%74.4 פֿון דער באַפֿעלקערונג) זענען ייִדן, בעת די צאָל אַראַבער אין לאַנד באַטרעפֿט 1.8 מיליאָן (%20.8 ). קריסטן וואָס זענען ניט קיין אַראַבער, און מיטגלידער פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס באַטרעפֿן 388,000 מענטשן, %4.4 פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר זענען 174,000 מענטשן געבוירן געוואָרן און 44,000 מענטשן געשטאָרבן אין דער ייִדישער מדינה. אַרום 30,000 מענטשן האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון אַלע טיילן פֿון דער וועלט.

75% פֿון די מענטשן וואָס וווינען אין ישׂראל זענען דאָרטן געבוירן געוואָרן. אין 1948 איז די דאָזיקע פּראָפּאָרץ געווען בלויז 35%.

ס׳רובֿ ישׂראלים, %54.3, זענען צווישן 19 און 64 יאָר אַלט. בלויז %11.1 פֿון דער באַפֿעלקערונג איז עלטער פֿון 65 יאָר; %34.6 פֿון די ישׂראלדיקע אײַנוווינער זענען 18 יאָר אַלט אָדער ייִנגער. אַרום 45,000 מענטשן זענען 90 יאָר אַלט אָדער עלטער.

בײַ די ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך 44% ווי וועלטלעך, 24% ווי „טראַדיציאָנעל אָבער ניט זייער פֿרום‟, 11% ווי „אָראָדאָקסיש אָבער ניט חרדיש‟ און 9% ווי חרדיש.

בײַ די ניט־ייִדישע ישׂראלים אידענטיפֿיצירן זיך 52% פֿון דער באַפֿעלקערונג ווי רעליגיעז, 21% ווי וועלטלעך, 23% ווי „ניט אַזוי פֿרום‟ און 4 פּראָצענט ווי „זייער פֿרום‟.

וואָס שייך ווי אַזוי מע באַשרײַבט דאָס לעבן אין ישׂראל, זענען %89 דערוואַקסענע ישׂראלים „צופֿרידן מיט זייער לעבן‟; 59% גיבן איבער אַז זיי זענען „צופֿרידן מיטן עקאָנאָמישן מצבֿ‟; 52% האַלטן אַז זייער לעבן וועט זיך אין דער צוקונפֿט פֿאַרבעסערן און 44% האַלטן אַז זייער עקאָנאָמישער מצבֿ וועט זיך פֿאַרבעסערן.

ירושלים, מיט 865,700 אײַנוווינער, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר דער גרעסטער שטאָט אין לאַנד. דאָס סאַמע קלענטסע דערפֿעלע אין לאַנד איז „נוה זהר‟, וואָס געפֿינט זיך בײַם דרומדיקן שפּיץ פֿונעם ים־המלח, און באַשטײט פֿון בלויז 71 אײַנוווינער.