באַזײַטיקטער מעקסיקאַנער דיפּלאָמאַט אָנערקענט פֿאַרן פֿאַרטיידיקן ישׂראל

Fired Mexican Diplomat Honored For Standing Up for Israel

Wikimedia Commons

פֿון ייִט״אַ

Published May 02, 2017, issue of May 26, 2017.

אַ דיפּלאָמאַט, וואָס איז באַזײַטיקט געוואָרן ווי דער מעקסיקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו „אונעסקאָ‟ [די „יו־ען‟ אָרגאַניזאַציע פֿאַר דערציִונג, וויסנשאַפֿט און קולטור] ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שטימען אויף אַן אַנטי־ישׂראלדיקער רעזאָלוציע, וועט באַקומען אַן אויסצייכענונג בעת אַ „יום־ירושלים‟ אונטערנעמונג אָרגאַניזירט דורך דער „אַמעריקאַנער ספֿרדישער פֿעדעראַציע‟.

אויף דער צערעמאָניע דעם 21סטן מײַ, בײַם ניו־יאָרקער צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע, וועט מען צוטיילן דעם 53־יאָריקן ייִדישן אַמבאַסאַדאָר אַנדרעס ראָמער די „אינטערנאַציאָנאַלע ספֿרדישע פּרעמיע פֿאַר פֿירערשאַפֿט‟. די אונטערנעמונג וועט אָפּמערקן דעם פֿופֿציקסטן יובֿל פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון ירושלים בשעת דער זעקסטאָגיקער מלחמה.

„דער אַמבאַסאַדאָר ראָמער האָט, וויסנדיק די קאָנסעקווענצן, ריזיקירט זײַן פּאָזיציע כּדי זיך אַרויסצוזאָגן און שטימען לויט זײַן אייגענעם געוויסן“, איז געשטאַנען אין דער מעלדונג פֿון דער פֿעדעראַציע.

אין אָקטאָבער האָט דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט אַרויסמאַרשירט פֿון די וואַלן בעת אַ זיצונג פֿון „אונעסקאָ‟ אין איר הויפּטקוואַרטיר אין פּאַריז ווי אַ פּערזענלעכער פּראָטעסט קעגן דער „אונעסקאָ‟־רעזאָלוציע, וואָס לייקנט אָפּ וואָסער נישט איז ייִדיש שײַכות מיט ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט זײַן פֿאַרטרעטער געדאַרפֿט שטימען.

„דער אַמבאַסאַדאָר ראָמער האָט נישט פֿאַרגעסן אין ירושלים, און זײַן מאָראַלישער קוראַזש האָט איבערגעצײַגט עטלעכע לענדער, זײַן אייגנס בתוכם, אַז זיי זאָלן שטרעבן איבערצוקלערן די נישט־דורכגעטראַכטע פּאָזיציע“, איז ווײַטער געשטאַנען אין דער מודעה. דערפֿאַר וואָס ער האָט נישט געפֿאָלגט די אינסטרוקציעס פֿון דער מעקסיקאַנער רעגירונג האָט מען אים מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער אָפּגעזאָגט פֿונעם פּאָסטן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.