די טשיקאַווע געשיכטע פֿונעם וואָרט„שקלאַף‟

The Curious History of the Word "Slave"

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published May 03, 2017, issue of May 26, 2017.

דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח האָב איך זיך אַרײַנגעטראַכט אין צוויי ווערטער וואָס ווערן אָפֿט דערמאָנט סײַ אין דער הגדה, סײַ אין ייִדישע לידער אויף דער טעמע פּסח: „שקלאַף“ און „קנעכט“. ביידע ווערטער, דער הויפּט „שקלאַף“, האָבן הינטער זיך אַ גאַנץ רײַכע געשיכטע.

קודם־כּל פֿאַרטײַטשט מען מיט זיי דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „עבֿד“ — אויף „מה נשתּנה“ ענטפֿערט מען דאָך „עבֿדים היינו“ — פֿונעם שורש „עבד“ (אַרבעטן). דאָ איז שוין פֿאַראַן דער ערשטער חילוק: אין עבֿרית איז „עבֿודה“ טײַטש „אַרבעט“, בשעת אויף מאַמע־לשון הייסט עס „דינען גאָט“.

פֿאַראַן אויך, אַ שטייגער, „עבֿודה־זרה“ — „פֿרעמדע אַרבעט“, אָבער אויף ייִדיש זאָגט מען „דינען פֿרעמדע געטער“ אָדער „פֿירן זיך נישט ווי קיין ייִד“ („דאָס ווערן אין כּעס איז אויך אַ מין עבֿודה־זרה“).

אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער הגדה וואָס איז אַרויס אין 1975 דורכן פֿילאַדעלפֿיער אַרבעטער־רינג שטייט טאַקע, אינעם תּירוץ אויף די פֿיר קשיות, „שקלאַפֿן זײַנען מיר געווען“, בשעת אין זײַן ליד „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך“ שרײַבט אַבֿרהם רייזען, אַז די כוואַליעס פֿונעם ניל וועלן נישט דערטרינקען „משיחן פֿון קנעכט״.

דאָס וואָרט „קנעכט“ דעקט זיך מיטן ענגלישן knight, אָבער אַ קנעכט איז דאָך נישט קיין ריטער. אויף דײַטשיש איז אַ Knecht אַן אַרבעטער אָדער אַ משרת, אָבער טייל מאָל אויך אַ שקלאַף; לויט מײַן ווערטערבוך — בלויז אין מעטאַפֿאָרישן זינען.

„שקלאַף“, ווידער, דעקט זיך מיטן דײַטשישן Sklave, וואָס איז טײַטש „שקלאַף“ ממש. און דאָ שטויסן מיר זיך אָן אויף עפּעס מאָדנעס.

די וואָס לייענען אָט די רובריק שוין פֿון לאַנג געדענקען אפֿשר יאָ, אפֿשר נישט, אַז דאָרטן וווּ מע האָט אויסטערלישע קאָמבינאַציעס פֿון אותיות און קלאַנגען קען מען חושד זײַן, אַז עפּעס איז נישט גלאַטיק. וועגן וואָרט „אוגערקע“ איז העט ווען אויסגעקומען צו שרײַבן, אַז אַזוי ווי אויף ייִדיש האָט „אוגערקע“ אַ גימל, אַזוי ווי ס׳פּוילישע ogórek, אָבער אויף טשעכיש זאָגט מען okurka, מיט אַ k, איז אַ סימן, אַז ס׳וואָרט קומט פֿון דער פֿרעמד. אַזוי אויך — „שקלאַף“.