ייִדיש־זומער־ווײַמאַר וועט פֿאָרשטעלן די קולטורן פֿון ישׂראל

Yiddish Summer Weimar Will Present the Cultures of Israel


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 03, 2017, issue of May 26, 2017.

דער פֿעסטיוואַל „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די טעמע פֿון זײַן איצטיקן קולטור־סעזאָן, זײַן 18סטן, וועט זײַן „דער אַנדער ישׂראל: די ניט־געזעענע גלותן‟. תּכלית גערעדט הייסט עס אַז מע וועט, אַחוץ די געוויינטלעכע פּראָגראַמען געווידמעט דער אַשכּנזישער קולטור, אויך פֿאָרשטעלן אַ ריי קאָנצערטן און וואַרשטאַטן געווידמעט די פֿאַרשידענע קולטורן וואָס לעבן צוזאַמען און מישן זיך צונויף אין דער ייִדישער מדינה.

אין איין אינטערעסאַנטן קולטורעלן סינטעז וועט דער באַרימטער יפֿוער כאָר „קולות פֿון שלום‟, וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע און אַראַבישע ישׂראלדיקע מיידלעך, אויפֿטרעטן צוזאַמען מיטן ווײַמאַרער „סקאָלע קאַנטאָרום‟, מיט אַ ציקל קינדערלידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. נאָך אַ צווישן־קולטורעלן גאַסט וועט זײַן דער נײַ־געגרינדעטער חיפֿהר „קאַראַוואַן־אָרקעסטער‟, וואָס באַשטייט אויך סײַ פֿון ייִדישע, סײַ פֿון אַראַבישע ישׂראלים. דער אָרקעסטער וועט צוזאַמענאַרבעטן מיט אַ ריי אייראָפּעיִשע מוזיקער פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן, כּדי צו שאַפֿן אַ קאָנצערט וואָס בינדט צונויף די אייראָפּעיִשע, אַראַבישע און ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס.

צווישן די אַנדערע פּראָגראַמען געפֿינט מען אַ ספּעציעלן קאָנצערט לזכר דער עטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין, אַ וואַרשטאַט איבער בדחנות מיט מענדי כּהנא, אַ ריי קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך, מוזיק און געזאַנג און אַ קלאַס וואָס לערנט ווי אַזוי צו דערציילן מעשׂיות אויף ייִדיש (מיט יורי וועדעניאַפּין).

דער פֿעסטיוואַל וועט זיך אָנהייבן דעם 15טן יולי און דויערן ביזן 12טן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://yiddishsummer.eu



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.