אַ חלום צו שאַפֿן ייִדיש־טעאַטער אין אַמסטערדאַם

A Dream to Create Yiddish Theater in Amsterdam

פֿון רעכטס: שורה ליפּאָווסקי, מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש, חיהלע ביר און מרים האָפֿמאַן
Courtesy of Miriam Hoffman
פֿון רעכטס: שורה ליפּאָווסקי, מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש, חיהלע ביר און מרים האָפֿמאַן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 05, 2017, issue of May 26, 2017.

ווירקלעכקייט איז די הײַנטיקייט און די פֿאַרגאַנגענהײט וואָס איז געבליבן שטעקן ערגעץ אין די ווינקעלעך פֿון שאַרבן. פֿיקציע ווידער איז בעלעטריסטיק, אַן עלעמענט מיט וועלכן דער שרײַבער באַנוצט זיך זייער אָפֿט ווען ער באַזירט זײַנע אָדער אירע דערציילונגען דערויף, שוין אָפּגערעדט פֿון העלדן און געשעענישן, אַן אופֿן פֿון שרײַבערײַ וואָס דינען אים אַמבעסטן.

אָט זיץ איך בײַם קאָמפּיוטער און די ווערטער, אויסגעסטרויעטע אין שיינע אָדער טרויעריקע געשעענישן, באַפֿאַלן מיך ווי די מוראַשקעס אויפֿן וועג צו זייער ציל.

„נוץ מיך! מיך! מיך!‟ לאַסטשען זיי זיך ווי אַ חבֿרה לצים. ווער איך שוין פֿאַרשוויצט און כאַפּ זיי אָן בײַ די עקן:

„קודם דאַרף איך אײַך צושטעלן אַ געדאַנק וואָס וועט אײַך באַקליידן און באַשוכן, איר ווילט דאָך נישט זיך אַרומשלאַמפּערן אין שרײַבערישן מדבר נאַקעט און באָרוועס מיט פּוסטע רייד.‟

און איך האָב זיך דערמאָנט וואָס ליגט מיר כּסדר אין זינען: מײַן אַמאָליקע גוטע פֿרײַנדינע מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש ע”ה פֿון אַמסטערדאַם, וועלכע איז מיט אַ לענגערער צײַט צוריק אַוועק אין דער אייביקייט. קיינער דערמאָנט זי נישט מער, מ’האָט זי ממש אויסגעשטראָכן פֿון אַמאָליקער עקזיסטענץ ווי מ׳פֿאַרגעסט מיט דער צײַט אַלע אייגענע און ליבסטע. אָבער נישט איך; דער עיקר צוליב איר, האָט מען געפּרוּווט שאַפֿן אַ ייִדיש קונסט־טעאַטער אין אַמסטערדאַם.

פֿון פֿאַך איז מיראַ געווען אַ לערערין, איר געביט איז געווען די ייִדישע ליטעראַטור און קונסט. איך האָב זיך מיט איר באַקענט אַמאָל אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד בעת די ייִדישע זומער־פּראָגראַמען. זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון האָלאַנד און אָרגאַניזירט אויף דער אייגענער האַנט אַ ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין אַמסטערדאַם, מיט ייִדישע פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַראָפּגעשײַנט פֿון אַלע אויטאָבוס־סטאַנציעס אין שטאָט. מיר זײַנען אין די שפּעטע נײַנציקער יאָרן געווען אַ רעלאַטיוו ייִנגערע, לעבעדיקע חבֿרה, פֿול מיט אײַנפֿאַלן און געלעכטער.

צווישן אונדז איז געווען מײַן טײַערע חבֿרטע און שותּפֿטע צו אַ סך פֿון מײַנע פּיעסעס — רינה באָראָו. אויך מיראַס נאָענטע פֿרײַנדינע, שורהלע ליפּאָווסקי, אַ העכסט באַגאַבטע זינגערין פֿון ייִדישע לידער אין אייראָפּע; מנחם פֿוקס, דער זון פֿונעם פּאָעט חיים לײב פֿוקס, אַ פֿעיִקער בחורעץ, געווען שטאַרק באַהילפֿיק אין צוגרייטן איין־אַקטערס; חיהלע ביר, פֿון אויסטראַליע, הײַנט אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אין לאָנדאָן און אַ ייִדישע לערערין ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרליבט אין איציק מאַנגערס שאַפֿונגען.

ווען אונדזער כאָפּטע האָט זיך יענעם זומערטאָג געמאַכט באַקוועם אין איינעם פֿון די גערטנער פֿונעם „דזשיזוס־קאַלעדזש‟ (Jesus College) וווּ מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען, האָבן מיר גענומען ערנסט דעם געדאַנק פֿון שאַפֿן אַ צענטער פֿאַר ייִדיש טעאַטער־קונסט אין אַמסטערדאַם, און איין מאָל אַ יאָר שטעלן אַ ייִדישע פּיעסע. די אַקטיאָרן וואָלטן געקומען קיין אַמסטערדאַם פֿון דער גאָרער וועלט, און דער עולם באַזוכער וואָלטן געשטראָמט פֿון גאַנץ אייראָפּע און אויך פֿון די אַרבע פּינות העולם. אײַ סאַראַ פֿאַנטאַסטישער חלום דאָס איז געווען, אויף אַלע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן און אַקטריסעס געזאָגט געוואָרן.

האָט אָבער דער גורל זיך אַנטקעגן געשטעלט און אַוועקגענומען די איינציקע ערנסטע, איבערגעגעבענע אונטערנעמערין, מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש ע״ה. און אַזוי ווי מ’קען נישט בײַטן דעם גורל, ווײַל דאָס וואָס איז נישט געווען באַשערט איז צושטאַנד געקומען, קען מען כאָטשבי חלומען.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.