װידעאָ: די פּרעכטיקע עראָטישע אימאַזשן פֿון ציליע דראָפּקינס פּאָעזיע

WATCH: The Beautiful Erotic Imagery of Celia Dropkin's Poetry

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 08, 2017, issue of May 26, 2017.

אַז מע הערט די ווערטער „ייִדישע פּאָעזיע‟ שטעלט מען זיך געוויינטלעך פֿאָר אימאַזשן פֿון דער אַלטער היים, פֿרומע באָבעס, דעם חורבן אָדער אימיגראַנטישע אַרבעטער איידער קלאָר־געשילדערטע עראָטישע סצענעס.

אַזאַ צוגאַנג וועט זיך אפֿשר בײַטן אַ דאַנק אַ פּלאַנירטן דאָקומענטאַר־פֿילם „פֿונקען שפּרינגען פֿון די זײַטלעך‟, וואָס דערציילט וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער אַוואַנגאַרדישער פּאָעטעסע ציליע דראָפּקין, וועמענס לידער קענען נאָך אַלץ אַ ביסל שאָקירן דעם לייענער אַפֿילו הונדערט יאָר נאָך דעם וואָס זי האָט זיי אָנגעשריבן.

דער פֿילם, געשאַפֿן פֿון ברכה פֿעלדמאַן און אלי גאָרן, נעמט אַרײַן אינטערווויען מיט פֿינף פֿון דראָפּקינס אייניקלעך; די פֿאָרשער און שרײַבער אַגניעשקאַ לעגוטקאָ, שבֿע צוקער, נעמי דזשאָנס, קאַטרין העלערשטיין, מײַקל וועקס, איתן קענסקי און אירענאַ קלעפּפֿיש, און די מוזיק פֿון פֿרענק לאָנדאָן, דזשערעמײַאַ לאָקוואָד און דזשוליע אײַזנבערג. די קאָמענטאַרן פֿון די שרײַבער און ליטעראַרישע עקספּערטן ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דראָפּקינס טעקסטן אַליין, ווי אויך סצענעס פֿון דער פּאָעטעסע, געשילדערט דורך אַן אַקטריסע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.