ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 09, 2017, issue of May 26, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מאַרטינאַ ַרושיניאַק־קאַרוואַט און איר בוך „דאָס נײַע לעבן צווישן די חורבֿות”
מאַרטינאַ ַרושיניאַק־קאַרוואַט און איר בוך „דאָס נײַע לעבן צווישן די חורבֿות”

אַ נײַ בוך װעגן דעם „בונד”

„דאָס נײַע לעבן צווישן די חורבֿות”… אַזוי הייסט דאָס נייע בוך פֿון מאַרטינאַ רושיניאַק־קאַרוואַט.

וואָס פֿאַר אַ חורבֿות? די חורבֿות פֿון פּוילן. וועמענס נײַ לעבן? דאָס נײַע לעבן פֿון דער „בונד”־באַוועגונג. דער אונטערטיטל פֿונעם בוך איז טאַקע „בונד 1897־1949”.

אין 1897 איז דער בונד געגרינדעט געוואָרן. אַגבֿ, דאָס יאָר 1897 איז בכלל געווען מזלדיק פֿאַר ייִדישע אידעאָלאָגיעס. דאָס איז אויך געווען דאָס יאָר פֿונעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס. אָבער פֿאַר וואָס 1949? ווײַל דעמאָלט האָט די קאָמוניסטישע מאַכט געמאַכט אַ סוף צום „בונד” אויף דער פּוילישער ערד. הייסן הייסט עס אָבער אַז במשך פֿון פֿיר יאָר, פון 1945 ביז 1949 איז דער „בונד” יאָ געווען טעטיק אין פּּוילן.

דער „בונד”, אַזוי ווי די אַנדערע ייִדישע באַוועגונגען, איז ביסלעכווײַז דערשטיקט געוואָרן פֿון דער נײַער מאַכט וואָס האָט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה געמאַכט אַן אָנשטעל פֿון אַ דעמאָקראַטיע. 

פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט נאָר די קאָמוניסטן זענען שולדיק אין דעם וואָס דער „בונד” איז אַ באַוועגונג אָן אַ המשך. די ציוניסטן, ווי מיר ווייסן, האָבן יאָ ממשיך געווען מיט זייער אַרבעט, געגרינדעט אַ מדינה און זענען עד־היום אַ צענטראַלע קראַפֿט אויף דער ייִדישער גאַס אין די תּפֿוצות. 

די צוויי הויפּטשטרעבונגען פֿונעם „בונד” זענען געווען סאָציאַלע גערעכטיקייט און ייִדישע קולטורעלע אויטאָנאָמיע. דער בית־דין פֿון דער געשיכטע איז אַרויס מיט אַ האַרבן פּסק וואָס שייך ביידע. די בונדיסטן, הייסט עס, האָבן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה נישט פֿאָרויסגעזען דעם קומעדיקן אומגליק פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, בעת די ציוניסטן וואָס האָבן געסטראַשעט אַז דער ייִדישער קיום אין מזרח־אייראָפּע שטייט אויף הינערשע פֿיסלעך זענען נעבעך געווען גערעכט.

אויפֿן אָוונט געווידמעט דעם בוך האָב איך געפֿרעגט די מחברטע אויב די אַלטע בונדיסטן שלאָגן זיך על־חטא אָדער לכל־הפּּחות זענען מודה אַז זיי האָבן זיך טועה געווען. בײַם צוגרײטן דאָס בוך האָט זי גערעדט מיט די לעצטע בונדיסטן, דאַרף זי וויסן וואָס זיי טראַכטן וועגן דעם. געענטפֿערט האָט זי אַז קיינער פֿון זיי גיט נישט צו אַז דער „בונד” האָט דערלעבט א היסטאָרישע מפּלה.

אין ישׂראל האָט מען אין 2012 געמאַכט אַ פֿילם וועגן די לעצטע בונדיסטן מיטן טיטל „בונדאים”. ווער סע זעט דעם פֿילם פֿאַרשטייט אַז דער בונדיזם איז אין תּוך נישט קיין סעקולערע באַוועגונג. קיין שום בונדיסט, למשל, האָט נישט בודק געווען די השערות פֿון דער בונדישער אידעאָלאָגיע. הייסט עס, אַז להיפּוך צו זייערע טענות, זענען די בונדיסטן נישט קיין אַפּּיקורסים, נאָר דווקא גלויביקע מענטשן װײַל דער בונדיזם איז אין תּוך אַן אמונה. אַן אמונה קען מען נישט צעשטערן ווײַל זי הענגט נישט אָפּ פֿון פֿאַקטן. די וואָס גלויבן דאַרפֿן נישט האָבן קיין באַווײַז. 

די אויטאָרין גיט נאָך אַ סיבה פֿאַר דער געטרײַשאַפֿט פֿון די לעצטע בונדיסטן צו זייער אידעאָלאָגיע. נאָך דער מלחמה זענען זיי געבליבן אָן אַ משפּחה, איז דער „בונד״ במילא געוואָרן זייער היים.


קינאָ־פֿעסיטוואַל ווײַזט די ווערק פֿונעם פּױליש־ייִדישן קאַמעראַמאַן אָדם האָלענדער

דער וואַרשעווער קינאָ־פֿעסיטוואַל מיט ייִדישע מאָטיוון האָט זיך געענדיקט אין וואַרשע דעם דריטן מײַ. דער פֿעסטיוואַל פֿייערט הײַיאָר די קינאָמעטאָגראַפֿישע אױפֿטוען פֿון אַָדם האָלענדער, אַ פּויליש־ייִדישער קאַמערעמאַן וואָס איז באַקאַנט געװאָרן פֿאַר זײַן אַרבעט אינעם פֿילם „מידנײַט קאַובוי”. האָלענדער פֿײַערט די טעג זײַן אַכציקסטן געבורטסטאָג.

לכּבֿוד אים האָט דער פֿעסטיוואַל זיך געענדיקט מיטן פֿילם A Price Above Rubies. דאָס קעפּל פֿונעם פֿילם, װאָס איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן אין 1998, קומט פֿונעם פּסוק אין משלי, „אשת חיל מי ימצא ורחוק מפנינים מכרה”. האָלענדער איז געווען דער קאַמערעמאַן, נישט דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם. במילא קען מען נישט האָבן קיין טענות צו אים וואָס שייך דעם אינהאַלט פֿונעם סצענאַר.

די צרה מיטן פֿילם, איז די זעלבע צרה ווי מיט אַ גאַנצער ריי פֿילמען וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט חסידישע פֿרויען. די פֿרויען אין די פֿילמען לײַדן שווער און ביטער פון דער אַרומיקער פֿרומער געזעלשאַפֿט. די העלדין האָט אַ פּראָבלעם. איר חסידישן מאַן קען זי נישט באַפֿרידיקן, שפּילט זי אַ לינקע ליבע מיט זײַן ברודער. מיטן ברודער איז אויך נישט ליהודים, שפּילט זי אַ צווייטע לינקע ליבע מיט אַ פּּאָרטאָריקאַנער קינסטלער. 

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער העלדין וואָס ס׳שפּילט רענע זעלוועגער, איז מאַדאַם באָוואַרי ממש אַ צנועה.

„רוביס” זענען, אַגבֿ, רובינען, נישט קיין פּערל, ווי אין פּסוק שטייט. האָב איך אַ פֿאָרשלאָג פֿאַר די פֿאַרטיילערס פֿון דעם פֿילם. איך האָב פֿאַר זיי אַ נײַעם, מער כאַפּענדיקן טיטל — „אוי אוי, מיר געפֿעלט דער גוי”.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.