פּרשת אמור, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Emor, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 11, 2017, issue of May 26, 2017.

אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ ריי ספּעציפֿישע מיצוות, וואָס זענען חל בלויז אויף די כּהנים. אַ כּהן טאָר זיך נישט דערנענטערן צו אַ מת, סײַדן דער טויטער איז געווען זײַנער אַ נאָענטער קרובֿ. דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח האָב איך פֿאַרבראַכט מיט אַ משפּחה פֿון כּהנים, וועלכע האָבן נישט לאַנג צוריק, דעם דריטן טאָג פֿונעם חודש אייר, באַזוכט די שטאָט קערעסטיר אין אונגערן, וווּ עס האָט געוווינט דער באַרימטער צדיק רבי ישעיה קערעסטירער.

אין אַ סך חסידישע הײַזער הענגט מען זײַן פּאָרטרעט איבער דער טיר, כּדי צו באַהיטן די שטוב פֿון מײַז און אַנדערע אומאָנגענעמע זאַכן. ווען אַ כּהן פֿאָרט אַרום די היסטאָרישע מקומות־הקדושים אין מיזרח־אייראָפּע, טאָר ער נישט באַזוכן קיין בית־עולמס אָדער אַנדערע ערטער, וווּ עס קאָנען, מעגלעך, ליגן טויטע. עס באַקומט זיך, אַז הגם אַ כּהן האָט די פּריווילעגיע צו באַקומען די ערשטע עליה אין דער שיל, קומט די דאָזיקע פּריווילעגיע אויפֿן חשבון פֿון געוויסע באַגרענעצונגען.

ווײַטער שטייט אין אונדזער פּרשה געשריבן, אַז אַ כּהן טאָר נישט חתונה האָבן מיט אַ געגטער פֿרוי — און נישט מיט אַ גיורת, ווי עס דערקלערן די חז״ל. דאָס שאַפֿט גענוג אָפֿט ערנסטע פּראָבלעמען מיט שידוכים. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מעשׂה מיט די דאָזיקע איסורים איז נישט אַלעמאָל אַזוי פּשוט. אַ טייל באַקאַנטע פּוסקים האָבן יאָ געלאָזט די כּהנים חתונה האָבן מיט „פֿאַרבאָטענע‟ פֿרויען אין געוויסע סיטואַציעס; אין זעלטענע פֿאַלן, האָבן זיי געהייסן דעם חתן מער נישט צו דוכענען דעם עולם, נישט צו באַקומען די ערשטע עליה און בכלל נישט דערמאָנען זייער ייִחוס. למשל, אַמאָל האָט אַזוי געפּסקנט דער קעשענעווער רבֿ יהודה־לייב צירעלסאָן, אַ באַרימטער רומענישער פּוסק, ווען אַ כּהן האָט זיך שטאַרק פֿאַרליבט אין אַ גיורת און קיין אַנדער שידוך נישט געוואָלט.

אַן אַנדער ענין, וואָס ווערט דערמאָנט אין אונדזער סדרה, איז אַקטועל פֿאַר אַלע ייִדן: דהײַנו, די איצטיקע מיצווה פֿון ספֿירת־העומר, וואָס מיר טוען יעדן טאָג צווישן פּסח און שבֿועות; אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אויך אַ רייד וועגן די ייִדישע יום־טובֿים בכלל.

נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח פֿלעגן ייִדן ברענגען אינעם בית־המיקדש אַ געוויסע מאָס גערשטן — דעם „עומר‟ – און געציילט די טעג ביזן שבֿועות, וואָס קומט 50 טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג.

אויבערפֿלעכלעך, קאָן דער ייִדישער דרך פֿון עבֿודת־השם אויסזען, חלילה, ווי אַ נודנע איבערחזרונג פֿון די זעלביקע ווערטער און ריטואַלן. דרײַ מאָל אַ טאָג פּונקט די זעלבע שמונה־עשׂרה, צוויי מאָל קריאת־שמע… ווען ס׳איז מעגלעך, איז וויכטיק צו מאַכן, לכל־הפּחות, הונדערט ברכות יעדן טאָג.

דאָס ציילן די ספֿירה קאָן אויסזען, אויפֿן ערשטן בליק, גאַנץ נודנע. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה, ווען מיר ברענגען נישט קיין גערשטן אינעם בית־המיקדש, באַשטייט דער פֿיזישער טייל פֿון דער מיצווה אינעם מעכאַנישן ציילן.

די דערמאָנטע איסורים פֿאַר די כּהנים, וואָס טאָרן נישט באַזוכן אַ בית־עולם אָדער חתונה האָבן מיט געוויסע פֿרויען, קאָנען צומאָל פֿאַרשאַפֿן אַ טירחה, אָבער זענען פֿאָרט סימנים פֿון אַ באַזונדער חשיבֿות, וואָס דערמאָנט אונדז זייער גרויסקייט פֿון דער עבֿודה אינעם בית־המיקדש.

דאָס ספֿירה־ציילן דערמאָנט אונדז אויך אין דער אַמאָליקער עבֿודת־הכּהנים. לויטן רמב״ם בלײַבט עס נאָך אַלץ אַ מיצווה מן־התּורה; להיפּוך, האַלטן דער ר״ן און אַנדערע ראשונים, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן איז עס אַ מיצווה מדרבנן, וואָס די חז״ל האָבן אײַנגעפֿירט אין אָנדענק פֿונעם בית־המיקדש. אַזוי צי אַזוי, איז עס אַ גרינגע מיצווה, וואָס פֿאַרשאַפֿט נישט קיין גרויסע טירחה, אָבער האָט אַן אומגעוויינטלעך „מעכאַנישן‟ טעם.