פֿונדאַציע א״נ בנימין שעכטער פֿאַרטיילט סובווענצן אויף 2017

The Benyumen Shekhter Foundation Announces Grant Awards for 2017

ייִדיש־פֿאַרם
מירע־רבֿקה קאַן
ייִדיש־פֿאַרם

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 11, 2017, issue of May 26, 2017.

„די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער‟ (ניו־יאָרק) איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1968 פֿון ד״ר מרדכי שעכטער און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן צו פֿאַרגעדענקען זייער ליבן טאַטן חיים־בנימין שעכטער.

זייער טאַטע איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט אין טשערנעוויץ וואָס האָט, לויט דער משפּחה־לעגענדע, עולה־רגל געווען אין 1908 אויף דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, אויף וועלכער מע האָט דעקלאַרירט ייִדיש פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

בהסכּם מיטן ציל אויפֿצוהיטן דעם פּרעסטיזש פֿונעם ייִדישן לשון, שטיצט די פֿונדאַציע פֿאָרשונגען און פּראָיעקטן וואָס שטרעבן צו סטאַנדאַרדיזירן די ייִדישע גראַמאַטיק, סטיל, טערמינאָלאָגיע און אָרטאָגראַפֿיע, ווי אויך פּראָיעקטן וואָס שטיצן דאָס אַקטיווע רעדן, לייענען און שרײַבן אַ פֿליסיקן ייִדיש. די פֿונדאַציע האָט לעצטנס אויסגעקליבן די סטיפּענדיאַטן פֿאַר 2017. זיי זענען:

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק — אויף אײַנצופֿירן אַ נײַעם אינטעסיוון ייִדיש־זומערקורס אין בערלין. דער קורס, וואָס וועט דויערן פֿונעם 14טן אויגוסט ביזן 1טן סעפּטעמבער, וועט לערנען ייִדיש אויף פֿיר מדרגות און אַרײַננעמען וואַרשטאַטן פֿון טעאַטער, געזאַנג און קאָכן. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.yiddishweb.com/berlin-yi/.

יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש — אויף צו שטיצן יונגע־לײַט, זיי זאָלן פֿאַרשטאַרקן זייער ייִדיש־פֿליסיקייט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, אַ טאָג־טעגלעכער, אויסשליסלעך ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה וואָס וועט פֿירקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט 2017 אין די בערקשיר־בערג אין שטאַט ניו־יאָרק. אָט קען מען זען אַ ווידעאָ פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן דער ייִדיש־וואָך.

ייִדיש־פֿאַרם — אויף אויסצוברייטערן און שטאַרקן די ייִדיש־לימודים אויף אַן אָרגאַנישער פֿאַרם, וווּ די סטודענטן לערנען זיך אינטענסיוו ייִדיש אַ גאַנצן טאָג. די הײַיאָירקע זומער־פּראָגראַם אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ וועט פֿאָרקומען אין פֿיר סעסיעס פֿונעם 8טן מײַ ביזן 31סטן יולי (פֿאַר אָנהייבער: פֿונעם 8טן ביזן 17טן מײַ; פֿאַר אַלע מדרגות: פֿונעם 12טן יוני ביזן 23סטן יולי; פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן: פֿונעם 10טן ביזן 23סטן יולי און פֿאַר די „מײַסטער‟־סטודענטן: פֿונעם 24סטן ביזן 31סטן יולי). נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://yiddishfarm.org.

ייִדיש־ליגע — אויף אַ רעקאָרדירונג צו באַגלייטן דאָס נײַע לייענביכל פֿון שלום־עליכמס מאָטל פּייסע דעם חזנס (ייִדיש־ליגע, 2017). דאָס ביכל, וואָס נעמט אַרײַן גלאָסאַרן, וועט געניצט ווערן דורך די ווײַטהאַלטער פֿון דער „שלום־עליכם־שול‟ אין מעלבורן, אויסטראַליע, ווי אויך אויף אַנדערע ייִדיש־קורסן איבער דער וועלט. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://www.leagueforyiddish.org/nokhproyektn.html.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.