פֿלוימענבוים פֿון וואַרשעווער געטאָ וועט ווידער וואַקסן

Warsaw Ghetto Plum Tree to Grow Anew

Gazeta Wyborcza

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 11, 2017, issue of May 26, 2017.

אַ פֿלוימענבוים פֿון דער וואַרשעווער געטאָ וועט קענען ווידער וואַקסן ניט געקוקט אויף דעם וואָס מע האָט עס אָפּגעהאַקט אין דעצעמבער.

פֿלאַצלינגען פֿונעם בוים זענען געוואַקסן אַ דאַנק אַ פּויליש פּאָרפֿאָלק וואָס האָט מיט 12 יאָר צוריק געבראַכט דרײַ קערנדלעך פֿונעם בוים קיין אַמעריקע. פֿאַראַיאָירן האָט מען אַראָפּגעהאַקט דאָס בוים כּדי צו מאַכן פּלאַץ פֿאַר נײַע דירות.

דער בוים ווערט דערמאָנט אינעם ביכל זכרונות וואָס די זשורנאַליסטקע חנה קראַל האָט געשריבן וועגן אירע יאָרן אין געטאָ. זי האָט דערמאָנט אין אירע זכרונות, אַז קינדער פֿלעגן זאַמלען קרעלן און זיי אַוועקלייגן אונטערן בוים. ער איז געווען צווישן די געציילטע וואָס האָבן איבערגעלעבט סײַ דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, סײַ דעם אַלגעמיינעם פּוילישן אויפֿשטאַנד. נאָך דער מלחמה האָט קראַל באַמערקט, אַז אונטערן בוים זענען נאָך אַלץ געלעגן די קרעלן, וואָס די ייִדישע קינדער האָבן דאָרטן געהאַט אַוועקגעלייגט.

געוויסע מענטשן האָבן אין דעצעמבער קאָמענטירט אויף „פֿייסבוק‟ וועגן דעם, וואָס מע רײַסט אַראָפּ דעם בוים. אַ פּויליש פּאָרפֿאָלק, אַליציע און ווויציעך פֿיציטע, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי האָבן מיט 12 יאָר צוריק געבראַכט דרײַ קערנדלעך פֿונעם בוים קיין וואַשינגטאָן און זיי דאָרטן פֿאַרפֿלאַנצט. איצט פּלאַנירט דאָס פּאָרל צוריקצושיקן איין וואַקסלינג קיין וואַרשע; די פּוילישע קינסטלערין פּאַטריציע דאָלאָווי וועט אים מיטנעמען אויפֿן עראָפּלאַן אַהין.

„איך האָף אַז די צאָל־אַמט־וועכטער וועלן מיך ניט אָפּשטעלן, ווײַל ס׳איז דאָך אומלעגאַל צו עקספּאָרטירן וואַקסלינגען,‟ האָט דאָלאָווי געזאָגט דער צײַטונג „געצעטאַ וויבאָרשאַ‟. „דרײַ דורות שטייען וואַך צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם דאָזיקן בוים, וואָס איז אַ טייל פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.