אַ בענקעניש נאָך ייִדיש אין בוענאָס־אײַרעס

Longing for Yiddish in Buenos Aires

Wikimedia Commons

פֿון דניאל גלאַי

Published May 12, 2017, issue of May 26, 2017.

מײַן באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס איז געווען אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין צוויי משּפּחה־סדרים, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען בײַ מײַנע קוזינעס. אויפֿן ערשטן סדר בין איך געזעסן לעבן מײַנער אַ מומע, אַ 92־יעריקע, וואָס איז די אײנציקע וואָס לעבט נאָך פֿונעם דור פֿון אונדזערע עלטערן, פֿעטערס און מומעס פֿון אַ פֿאַרצווײַגטער משפּחה וועלכע האָט אַרײַנגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע צום סוף פֿון די צוואַנציקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט.

די מומע פֿאַני, אַזוי הייסט זי, איז בײַ די גאָר נאָענטע ברידער און שוועסטער געווען פֿאַררעכנט ווי אַ „צוגעקומענע‟. דערצו איז זי געווען אַן אַרגענטינע־געבוירענע, גוט באַהערשט שפּאַניש, אַ שפּראַך וועלכע איז ניט געווען פֿליסיק בײַ די אַנדערע משפּחה־מיטגלידער, ייִדיש־רעדנערס. כ׳געדענק ניט, אַז זי זאָל אַ מאָל האָבן אַרויסגערעדט אַ ייִדיש וואָרט אויף אַזעלכע באַגעגענישן… און פּלוצעם האָט זי מיר דערציילט פֿיל פּרטים וועגן אירע עלטערן און זיידע־באָבע, דורכגעפֿלאָכטן מיט ייִדיש, און זי האָט זיך אַפֿילו דערמאָנט און איבערגעחזרט אייניקע תּפֿילות אין אַשכּנזישן נוסח וואָס זי פֿלעגט הערן אין איר קינדהייט. אומגלייבלעך! מײַן קוזינע וועלכע איז געזעסן אַנטקעגן מיר, בײַם זעלבן טיש, איז אויך געווען אַנטציקט פֿון דער רעוועלאַציע.

דניאל גלאַיס 92־יאָריקע מומע פֿעני
דניאל גלאַיס 92־יאָריקע מומע פֿעני

ס’איז קלאָר, אַז די מומע האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט מיך צו זען און אפֿשר איז עס אויך אַן אָפֿטע דערשײַנונונג, וואָס אין טיפֿן עלטער שווימען אַרויף געוויסן ווערטער און געשעענישן וועלכע זענען געווען פֿאַרבאַהאַלטן אין די טיפֿענישן פֿון זכּרון. יעדן פֿאַלס, מײַן קוזינע און איך האָבן זיך איבערגעקוקט, גענאָסן און באַוווּנדערט אָט די נאָווינע, ווי אַזוי ייִדישע זאַצן און תּפֿילות זענען פּלוצעם אַרויסגעקומען פֿון דער מומע פֿאַניס ליפּן.

די זעלבע בענקשאַפֿט צו מאַמע־לשון האָב איך באַמערקט בײַם לייענען דאָס בוך „פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק‟ פֿונעם שרײַבער ריקאַרדאָ פֿעיערסטיין, וווּ ער ווידמעט אַ גאַנצן קאַפּיטל דער ייִדישער שפּראַך. ער שרײַבט דאָרטן, אַז פּונקט ווי ער איז אויסגעוואַקסן געקניפּט און געבונדן מיט טאַנגאָ־מעלאָדיעס און דער פּאָעזיע פֿון אָט דעם טיפּישן אַרגענטינעם רעפּערטואַר, הגם זײַנע פֿיס זענען ניט מסוגל צו טאַנצן טאַנגאָ, אַזוי געשעט בײַ אים איצט אויך מיט ייִדיש. „עפּעס ענלעכס — שרײַבט ער — געשעט מיט מיין צעגאַנגענעם ייִדיש: עס בלײַבן נאָר די אַקאָרדן פֿון אַ משפּחה־טיש, די ייִדישע ראַדיאָ־שעה יעדן זונטיק אין דער פֿרי, די וויצן, מיאוסע ווערטער און קללות, וואָס די קוזינעס פֿלעגן זיך אויסטוישן צווישן זיך. הייַנט־צו־טאָג קאָן איך קוים צונויפֿבינדן עטלעכע ייִדישע ווערטער, ווען איך דערמאָן זיך ווידער די ייִדישע אויסדרוקן פֿון מײַנע קינדעריאָרן, ווי כ’וואָלט געווען אַ מאָדערנער ׳טאַרזאַן׳ וואָס האָט זײַן לשון פֿאַרגעסן.‟

דער קאַפּיטל איז בײַ מיר געווען אַ גרויסער סורפּריז. אין לעבן וואָלט איך זיך ניט פֿאָרגעשטעלט אַז דער באַקאַנטער הויך־געשעצטער ליטעראַט, פּאָעט און נאָוועליסט בענקט נאָך זײַן ייִדיש, נאָך אויסדרוקן ווי „גלײַך אויס די פּלייצע‟, „טראָג עס געזונטערהייט‟ און „פֿרעג מיר גרינגערע קשיות‟. אַ שפּראַך וואָס איז אַ טייל פֿון אים, פּונקט ווי דער טאַנגאָ, נאָר ער איז ניט מסוגל צו טאַנצן…


די טראַוומעס פֿון דער אָרטיקער קהילה

אָט דער פֿעיערסטיין האָט רעדאַגירט די ליטעראַרישע רובריק פֿון זשורנאַל „נועוואַ פּרעסענסיאַ‟, געגרינדעט אין 1977 — אַ מוטיקע פּובליקאַציע מיט הערמאַן שילער ווי דער שעף־רעדאַקטאָר. דאָס זענען געווען די בלוטיקע יאָרן פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור, 1976—1983, ווען מ׳האָט געפֿירט די טרויעריק באַרימטע „שמוציקע מלחמה‟ און מלוכישן טעראָר קעגן לינקע אַקטיוויסטן אין לאַנד. דער רעזולטאַט: מער ווי 30,000 „פֿאַרשוווּנדענע‟ — ס׳הייסט, פֿאַרכאַפּטע, געפּײַניקטע און אַכזוריותדיק דערמאָרדעטע בירגער, צווישן זיי — אַ 2,000 ייִדן.

דעמאָלט האָבן נאָר דער „בוענאָס אײַרעס העראַלד‟ אויף ענגליש און „נועוואַ פּרעסענסיאַ‟, אַ בײַלאַגע פֿון דער אָנגעזעענער ייִדישער צײַטונג „די פּרעסע‟, געטאַדלט דאָס פֿאַרשוועכן די מינימאַלע מענטשנרעכט מצד דעם רעזשים, און מיט דער געהעריקער פֿאָרזיכטיקייט זיך דערוועגט אַרויסצוזאָגן קריטישע שטעלונגען קעגן די הערשער און שטעלן שווערע פֿראַגעס קעגן זייערע אַקציעס און קרימינעלע האַנדלונגען.

מען דאַרף צוגעבן דעם אַטענטאַט קעגן די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס (1992) וואָס האָט גורם געווען 29 טויטע און מער ווי 200 פֿאַרוווּנדעטע, און דערצו אויך די 85 טויטע און 300 פֿאַרוווּנדעטע פֿונעם אַטענטאַט קעגן דער „אַמיאַ‟ אין 1994 — דער אימפּאָזאַנטער בנין פֿון אַרגענטינער ייִדנטום, וועלכער האָט יאָרנלאַנג צוגעשטעלט אַלע נייטיקע באַדינונגען פון חינוך, קולטור, חבֿרה קדישא, סאָציאַלער הילף, פֿאַרבינדונג מיט קהילות איבער דער פּראָווינץ, אאַז”וו. קיין שום ייִדישער ייִשובֿ אין די תּפֿוצות האָט ניט דורכגעלעבט די געפֿערלעכע טראַוומעס וואָס די אַרגענטינער ייִדן האָבן געמוזט אויסשטיין אין די 1970ער און 1990ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. אַזעלכע אַקציעס פּאַראַליזירן און שרעקן אָפּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג און אַנטמוטיקן זי פֿון נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אין קהלישן לעבן. די ייִדן מחוץ אַרגענטינע ווייסן, ליידער, גאָר ווייניק דערפֿון און ס’איז אַן אָפֿענע פֿראַגע, ווי קאָן מען פֿאַרשטאַרקן די סאָלידאַריטעט צווישן די אַרגענטינער ייִדן און די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער וועלט.


דער כּישוף פֿון מיין אַמאָליקן קוואַרטאַל

אין פֿאַרגלײַך מיטן לעצטן מאָל, ווען כ׳בין אײַנגעשטאַנען בײַ משפּחה, האָב איך דאָס מאָל געדונגען אַ צימער אין דעם פֿאַרכּישופֿטן קוואַרטאַל אַלמאַגראָ, ווו כ׳האָב דורכגעלעבט מײַנע קינדעריאָרן און מײַן יוגנט, איידער מײַן עולה זײַן אין יאָר 1965. אַזוי אָנגענעם און דערפֿרישנדיק איז עס געווען צו שפּאַצירן איבער יענע גאַסן, הערן דעם מעלאָדישן, צאַרטן שפּאַניש וואָס איז געבליבן אײַנגעבאַקן אין מײַנע גלידער. מײַן מוטער זאָל זיך מיִען פֿלעגט תּמיד מיט באַוווּנדערונג זאָגן, ווי איידל און העפֿלעך זענען די היגע אַרגענטינער תּושבֿים. ס׳איז עפּעס וואָס ענדערט זיך ניט און נאָך מײַן לעצטן באַזוך קאָן איך פֿעסטשטעלן, ווי גערעכט איז זי געווען.

צווישן די בולטע בוענאָס־אײַרעסער ייִדישיסטן ווי פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבוים, דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, אסתּר שוואַרץ, פּערעלע סנה, סערכיאָ לערער, האָב איך נאָר מיטן אָנגעזעענעם פּסיכיאַטער ד״ר משה קיאַק זיך געקאָנט טרעפֿן און פֿרײַ דורכשמועסן. אַזאַ מחיה!

„איך לייען ווידער אַ מאָל שלום אַשס ווערק,‟ האָט מיר קיאַק געזאָגט. „ס׳איז אַלץ אַזוי לעבעדיק און פֿאַרכאַפּנדיק!‟ איך אַליין, אויף אַ ווײַלע, האָב אין זײַן דירה געפֿילט, אז כ׳שוועב אין אַ ייִדישלאַנד אָן גרענעצן וווּ אַ סך חנעוודיקע, היימישע געשטאַלטן רינגלען מיך אַרום, דאָס מאָל געמישט מיט נאָסטאַלגישע טאַנגאָ־קלאַנגען און מיטן אַמאָליקן פּולסירנדיקן ייִדישן ייִשוב פֿון מײַן קינדהייט.