„אינסטאַגראַם‟־שטערן רותם רבי ווערט געקרוינט „מיס ישׂראל“ 2017

Instagram Star Rotem Rabi Crowned Miss Israel 2017

רותם רבי
רותם רבי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 12, 2017, issue of May 26, 2017.

די וואָך איז אַן 21־יעריקע מאָדעלקע פֿון ירושלים געקרוינט געוואָרן ווי די געווינערין פֿון דער שיינקייט־קאָנקורס, „מיס ישׂראל 2017‟ — צום טייל, צוליב איר פֿעיִקייט אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ.

הײַיאָר האָט מען צום ערשטן מאָל קאָמבינירט די שטימען פֿון די שופֿטים מיט די שטימען פֿון די אָנלײַן־צוקוקער. די ריכטער האָבן צוגעשטעלט יעדער קאָנקורענטקע מיט אַ זײַטל אויפֿן פֿאַרמעסט־וועבזײַטל, מיט ביאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע, פֿאָטאָגראַפֿיעס, ווידעאָס אינספּירירטע דורך אינסטאַגראַם אד״גל, אָבער די אַנדערע פֿרויען האָבן זיך פּשוט נישט געקענט פֿאַרגלײַכן מיט רבי ווײַל זי איז שוין פֿון לאַנג אַקטיוו אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ. ווי אַ פּועל־יוצא האָט רבי, דורך „אינסטאַגראַם‟, אָנגעזאַמלט 14,000 שטימען — מער ווי צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי די פֿיר אַנדערע פֿינאַליסטקעס.

שיינקייט־קאָנקורסן שפּילן שוין לאַנגע יאָרן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ציוניסטישער קולטור. אין 1920 האָט תּל־אָבֿיבֿ אָנגעפֿירט מיטן „אסתּר־המלכּה־שיינקייט־קאָנקורס‟, וואָס האָט זיך געדרייט אַרום דעם יום־טובֿ פּורים. ס׳איז געווען אַ מיטל צונויפֿצופֿירן אַשכּנזישע מיט מיזרחדיקע קאָנקורענטקעס און געהאָלפֿן די שטאָט־באַאַמטע, אַז זיי זאָלן אויסקלײַבן אַן אומאָפֿיציעלע דעלעגאַטקע פֿונעם פֿאַרמלוכהדיקן ייִדישן ייִשובֿ.

דעם איצטיקן שיינקייט־קאָנקורס האָט מען אײַנגעפֿירט אַרום 1950.

רבי האָט געדינט ווי אַ מעדיקער אינעם ישׂראלישן לופֿטפֿלאָט און אַרבעט ווי אַ מאָדעלקע בשעת זי מאַכט אַדורך דעם פּראָצעס אָנגענומען צו ווערן אינעם אויספֿאָרש־אָפּטייל פֿון דער ישׂראלישער פּאָליציי. זי וועט פֿאַרטרעטן מדינת־ישׂראל אינעם קאָנקורס „מיס וואָרלד“, וואָס מע וועט אָפּהאַלטן אין דעצעמבער אין כינע. ישׂראל האָט ביז איצט בלויז איין מאָל געוווּנען די קרוין „מיס וווּרלד‟: אין 1998.

אין די לעצטע יאָרן האָבן געוויסע מענטשן קריטיקירט דעם שיינקייט־קאָנקורס „מיס ישׂראל“ דערפֿאַר וואָס ער הייבט אַרויס אויבנאויפֿיקע סטאַנדאַרטן. לויט די תּקנות, מוזן די פֿאַרמעסטלערס זײַן העכער פֿון 5 פֿוס 6 צאָל די הייך און נישט האָבן ווען אַ מאָל חתונה געהאַט אָדער געבוירן אַ קינד.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.