„קלעזפֿעסט‟ אין בראָנקס

Klezfest in the Bronx


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 12, 2017, issue of May 26, 2017.

זונטיק, דעם 4טן יוני, וועט דער „שלום־עליכם־קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס צום פֿינפֿטן מאָל אײַנאָרדענען אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿאַרן ברייטן עולם. דער הײַיאָריקער „קלעזפֿעסט‟, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורכן „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טאַנץ‟ און דעם „נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט‟, וועט אַרײַננעמען מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, טאַנץ און אַן עפֿנטלעכע „דזשעמסעסיע‟ פֿאַר קלעזמער־מוזיקער.

עס וועלן אויפֿטרעטן:

די ייִדישע זינגערין און אַקטריסע מרים־חיה סיגל מיט לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ווי אויך אירע אייגענע שאַפֿונגען.

די באַרימטע קלעזמער־פֿלייט־שפּילערין איידריאַן גרינבאַום צוזאַמען מיט איר גרופּע „פֿלייטמוזיק‟, וואָס נעמט אַרײַן דער באַס־שפּילער ברײַאַן גלאַסמאַן און די פֿידלערין און זינגערין רייהאַן פּאַסטערנאַק.

דער זינגער פֿון רוסישע און ייִדישע לידער — פּסאָי קאָרעלענקאָ, וואָס וועט אויך דינען ווי די קאָנפֿעראַנסיע.

און די ליטעראַרישע פֿאָרשערין און טענצערקע סאָניע גאָלאַנץ, וואָס וועט אָנפֿירן מיטן טאַנץ.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען 1:30 נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז $10 דאָלאַר. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן: 0295־930־917.

אָט קען מען לייענען אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן אַ פֿריִערדיקן „קלעזפֿעסט‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.