ד״ר עליסאַ סאַמפּסאָן אַ „העלדין‟ פֿונעם „איסט־סײַד‟

Dr. Elissa Sampson, "Hero" of the Lower East Side

„סטענטאָן־סטריט־שיל‟
„סטענטאָן־סטריט־שיל‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 14, 2017, issue of May 26, 2017.
ד״ר עליסאַ סאַמפּסאָן
ד״ר עליסאַ סאַמפּסאָן

אין אַ צײַט ווען די שטאָט ניו־יאָרק האַלט זיך אין איין בײַטן צוליב דער גענטריפֿיקאַציע און אַנדערע פֿאַקטאָרטן וואָס שטופּן אַרויס לאַנג־באַזעצטע תּושבֿים, שאַצט מען אַלץ מער אָפּ די כּלל־טוער וואָס אַרבעטן כּדי צו פֿאַראייביקן דער שטאָטס קולטור־ירושה.

דעם 18טן מײַ וועט מען אָפּגעבן כּבֿוד ד״ר עליסאַ סאַמפּסאָן, אַ שטאָט־ געאָלאָגין (urban geographer בלע״ז), וואָס אַרבעט ווי אַ לעקטאָרין אין אין דער אָפּטיילונג פֿון ייִדישע לימודים אין „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟. סאַמפּסאָן וועט באַקומען די Lower East Side Community Hero Award [אויסצייכענונג פֿאַר לאָוער־איסט־סײַדער העלדן] ווי אַן אָנערקענונג פֿון איר אַרבעט אויפֿצוהיטן ערטער אין דער געגנט וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע.

צווישן אירע פּראָיעקטן האָט סאַמפּסאָן געהאָלפֿן אויפֿצוהיטן דעם בנין פֿון דער „ביאַליסטאָקער היים‟ און פֿאַרשידענע ערטער וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן אַמאָליקן „ייִדישן בראָדוויי‟ אויף דער צווייטער עוועניו. זי האָט, למשל, געהאָלפֿן צו באַהיטן די „שטערן־סטעזשקע פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟, דעם בנין פֿונעם געוועזענעם „ייִדישן קונסט־טעאַטער‟ און דעם אַמאָליקן „קאַפֿע־ריאַלטאָ‟ וווּ עס פֿלעגן עסן די גרעסטע ייִדישע בינע־קינסטלער אַמאָל.

אָבער איר גרעסטער אויפֿטו וואָס שייך דעם אַמאָליקן ייִדישן „איסט־סײַד‟ איז מסתּמא איר אַרבעט אויפֿצוהיטן די שיל אויף סטענטאָן־גאַס, וואָס איז איינע פֿון די סאַמע־לעצטע „טענטעמענט־שילן‟. די „סטענטאָן־סטריט־שיל‟ פֿאַרמאָגט אַ סעריע אוניקאַלע וואַנטגעמעלן פֿון די ייִדישע מזלות, עפּעס וואָס איז אַמאָל געווען טיפּיש אין מיזרח־אייראָפּע אָבער וואָס מע זעט זעלטן־ווען הײַנט. סאַמפּסאָן האָט איבערגעגעבן דער וועבזײַט „קאָרנעל־קראָניקל‟ אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער „איסט־סײַד‟ איז די געגנט וווּ עס האָבן געוווינט מער אימיגראַנטן ווי אַלע אַנדערע אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מען אים ווייניק־וואָס אויפֿגעהאַלטן צוליב דעם געראַנגל נאָך ערד, וווּ מע קען אויפֿבויען דירות־הײַזער און אַנדערע גרויסע בנינים.

אַחוץ איר אַרבעט לטבֿות דער ייִדישער קולטור־ירושה פֿונעם „איסט־סײַד‟ איז זי אויך באַקאַנט פֿאַר דער וויכטיקע ראָלע וואָס זי שפּילט בײַם העלפֿן צו באַהיטן די עפֿנטלעכע גערטנער אינעם געגנט.