דענקמאָל פֿאַר ניט־ייִדישן פּאַרטיזאַנער אויפֿגעדעקט אין וואַרשע

Monument To Non-Jewish Resistance Fighter Unveiled In Warsaw

וויטאָלד פּילעצקי
וויטאָלד פּילעצקי

פֿון ייִט״אַ

Published May 16, 2017, issue of May 26, 2017.

אין וואַרשע האָט מען דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אויפֿגעדעקט אַ מאָנומענט אין אָנדענק פֿונעם קאַפּיטאַן וויטאָלד פּילעצקי, אַ נישט־ייִדישן פּוילישן פּאַרטיזאַנער.

דער קאַפּיטאַן פּילעצקי האָט, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זיך געלאָזט פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשיקט ווערן אינעם נאַצישן טויטלאַגער אוישוויץ כּדי ער זאָל קענען אָפּגעבן באַריכטן וועגן די דאָרטיקע אַכזריות־אַקטן. פּילעצקיס זון און טאָכטער און אַנדערע יורשים זענען בײַגעווען די צערעמאָניע לבֿוד דער אויפֿדעקונג, לויט דער נײַעס־אַגענטור „אַסאָסיאייטעד פּרעס“.

פּילעצקי האָט זיך אין 1940 געלאָזט פֿאַרכאַפּט ווערן פֿון דײַטשע סאָלדאַטן כּדי צו קענען צושטעלן ראַפּאָרטן פֿונעם לאַגער דער אַנטינאַצי־אונטערגרונט און זייערע אַליִיִרטע. ער האָט אָנגעשריבן און אַרויסגעשמוגלט די באַהאַלטענע באַריכטן פֿון אוישוויץ צו זײַנע העכערע, איידער ער האָט אין 1943 באַוויזן צו אַנטלויפֿן, און איז אַוועק קיין וואַרשע קעמפֿן אין דער פּוילישער פּאַרטיזאַנקע.

נאָך דער מלחמה האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין איטאַליע אָבער האָט זיך דערנאָך אומגעקערט אינעם סאָוועטן־דאָמינירטן פּוילן, וווּ די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים עקזעקוטירט פֿאַר שפּיאָנאַזש און בגידה. באַגראָבן האָט מען אים אין אַ ברידער־קבֿר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.