מע שטעלט אַ חופּה אין טײַמס־סקווער

Under the Chuppah in Times Square

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 17, 2017, issue of May 26, 2017.

ריזיקע חסידישע חתונות וואָס קומען פֿאָר אויף דער גאַס זענען שוין לאַנג ניט קיין נאָווינע אין שטאָט ניו־יאָרק. מע זעט אָפֿט ווי די קינדער פֿון גרויסע רבנישע משפּחות שטעלן אַ חופּה אין קראַון־הײַטס, וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק. לעצטנס איז אָבער אַזאַ חתונה פֿאָרגעקומען אין מאַנהעטן, און ניט בלויז אין מאַנהעטן, נאָר דווקא אינעם באַרימטן „טײַמס־סקווער‟.

דער געדאַנק צו פּראַווען די חתונה אין „טײַמס־סקווער‟ איז אַ פּנים געקומען פֿון הרבֿ שיע העכט, אַ פּראָמינענטער חב׳׳ד־רבֿ (וואָס האָט, דרך־אַגבֿ, אַמאָל אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD). הרבֿ העכט האָט לאַנג געוואָלט שטעלן אַ חופּה אין „טײַמס־סקווער‟ און ווען זײַן זון דזשיי־דזשיי איז געוואָרן פֿאַרקנסט מיט חדסה האַלפּערין פֿון טאָראָנטאָ, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק מסכּים געווען דורכצופֿירן די חתונה אינעם באַרימטן סקווער. הרבֿ העכט האָט געגעבן חופּה וקידושין.

סײַ דער חתן, סײַ די כּלה שטאַמען פֿון בכּבֿודיקע חב׳׳ד־משפּחות. דער זיידע פֿונעם חתן, הרבֿ יעקבֿ העכט, איז געווען צווישן די נאָענטסטע ראָטגעבער פֿונעם לעצטן חב׳׳ד־רבי, מנחם מענדל שניאורסאָן, און האָט געדינט ווי זײַן אָפֿיציעלער איבערזעצער ווען דער רבי האָט געגעבן דרשות אויף טעלעוויזיע. ער האָט אויך לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָפּולערער ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD (זײַן זון האָט איבערגענומען די לייצעס נאָך זײַן פּטירה). די כּלה איז אַ קרובֿה פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבי.

אין ווידעאָס פֿון דער חתונה, וואָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף „פֿייסבוק‟, זעט מען ווי אַ גרופּע קלעזמאָרים, בראָש מיטן באַקאַנטער מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש, פֿירן מענטשן דורך די גאַסן בשעתן שפּילן אַ לעבעדיקן מאַרש. צווישן די טאַנצדיקע געסט זעט מען ליובאַוויטשער חסידים, מאָדערן־אָרטאָדאָקסן און סתּם מענטשן, וואָס זענען געווען אין „טײַמס־סקווער‟ פּונקט צו דער ריכטיקער צײַט דורכצומאַכן די דאָזיקע אומדערוואַרטע חנעוודיקע איבערלעבונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.