„זומער אין מאַריִענבאַד‟ — אַ פֿאָרשטעלונג אין תּל־אָבֿיבֿ

"Summer in Marienbad" – A Comedy in Tel Aviv

רדי רובינשטיין

פֿון לייבל רויטמאַן

Published May 21, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

בעת זײַן פֿרוכטבאַרער טעטיקייט האָט „גשר‟ אין גאַנצן אָפּגעלייקנט די וויסטע באַשולדיקונגען. דער טעאַטער איז גאַנץ גיך איבערגעגאַנגען צו שפּילן אויף העברעיִש, געעפֿנט ברייט דעם טויער פֿון זײַן זאַל פֿאַר ישׂראלדיקע צוקוקער און זײַן בינע פֿאַר ישׂראלדיקע העברעיִש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן אן דראַמאַטורגן. צוזאַמען מיט די שטערנס פֿונעם טעאַטער גופֿא — סאַשע דעמידאָוו, נאַטאַשע מנור און יעווגעניע דאָדינאַ, געקומענע פֿון רוסלאַנד, האָבן געשפּילט די אָנערקענטע אויטאָריטעטן פֿון דער ישׂראלדיקער בינע ווי חיים טאָפּאָל, שׂשׂי קשת, חנה לאַסלאָ, דורון טבֿורי וכדומה… דעם טעאַטער־רעפּערטואַר האָבן באַרײַכערט אַזעלעכע פּיעסעס פֿון ישׂראלדיקע דראַמאַטורגן ווי „כּפֿר‟ (אַ דאָרף) פֿון יהושוע סאָבאָל, „אדם בן כּלבֿ‟ פֿון יורם קאַניוק און „אַני דון קישוט‟ (איך בין דאָן קישאָט) פֿון רועי חן.

אַזוי אַרום קען מען זאָגן אַז נישט געקוקט אויפֿן פּראָטעסט פֿון קליינע בירגער קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם „פֿרעמדן, נישט אונדזערן‟ טעאַטער האָט „גשר‟ זיך אָרגאַניש אַרײַנגעגאָסן אין דער קאָלירטער מאָזאַיִק פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור, פּונקט אַזוי ווי רוסיש־רעדנדיקע דאָקטוירים זײַנען אַרײַן אין דער סיסטעם פֿון דער ישׂראלדיקער מעדיצין, רוסיש־רעדנדיקע לערערס אין דער בילדונג־סיסטעם, קאָמפּיוטער־לײַט אינעם באַרימטן ישׂראלדיקן Hi Tech און רוסיש־רעדנדיקע ליידיקגייער האָבן גאַנץ גיך און גאַנץ געראָטן געפֿונען זייער פּלאַץ אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.

און אַז מען רעדט שוין וועגן די ליידיקגייער — עס זענען גענוג געווען אַזעלעכע פּאַרשוינען אויף דער בינע פֿון „גשר‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק ווען מען האָט געשפּילט „זומער אין מאַריענבאַד‟ לויט שלום־עליכמס אויבן דערמאָנטן ראָמאַן. אָט נאַט אײַך חיים סאָראָקער (אלון פֿרידמאַן) — אַ וואַרשעווער ייִד, וואָס האָט געלאָזט אין וואַרשע זײַן געטרײַע פֿרוי אסתּר (נטע שפּיגעלמאַן), געפֿאָרן אינעם קוראָרט מאַריִענבאַד, כּדי „׳אָפּצונעמען׳ — דאָס הייסט, פֿאַרלוירן דעם בויך‟ און טוט עס טאַקע לויפֿנדיק נאָך בעלצע קורלענדער (רוני עינבֿ) — דאָס יונגע שיינע ווײַבל פֿון זײַן שותּף.

און ס’איז דאָ נאָך איינער אַ פֿראַנט, מאיר מאַריאַמטשיק (סאַשאַ דעמידאָוו). יענער פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין פֿרוי, אָדער אַ פֿרײַלין אין זײַן אָבסעסיע פֿון אַ מאַנצביל, וואָס געפֿינט זיך אויף וואַרעמע בעדער ווײַט פֿון זײַן ווײַב חנצע (סוועטלאַנע דעמידאָוו). אַ יונגער דענטיסט ד״ר זײַדנער (הענרי דוד) איז מסכּים חתונה צו האָבן — מיט וועמען איז ניט וויכטיק, אַבי אַ נדן, און איז אַפֿילו גרייט צונויפֿצושדכענען זיך מיט דרײַ מיאסע טעכטער פֿון פּערל יאַמײַטשיכע (ליליאַן רות) איניינעם, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין קעשענעוו האָט ער שוין אַ ווײַב מיט קינדער.

און פֿאַרגעסט נישט דעם אומעטומיקן שדכן אַלעקסאַנדער סווירסקין (אַלכּס סענדעראָוויטש — דער בעסטער קאָמיקער אין „גשר‟), וואָס דרייט זיך ווי אַ וועווערקע, שטעלט צונויף אַ וואַנט מיט אַ וואַנט און פֿון אַלע זײַנע שידוכים לאָזט זיך אַרויס אַ בוידעם, כאָטש ער אַליין זאָגט אַלע מאָל צו, אַז ער האָט די בעסטע פּאַרטיעס — סאַמע אַדוואָקאַטן און דאָקטוירים. אָט איז אומגעפֿער דאָס בילד פֿון דער אַקציע, וואָס קומט פֿאָר אויף דער בינע און פֿאַרצויבערט דעם עולם, וואָס איז מיד פֿון מרא־שחורהדיקע קליינשטעטלדיקע סטערעאָטיפּן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און געניסט פֿון אַ פֿרישער, פֿינקלדיקער, פֿריילעכער פֿאָרשטעלונג.

געוויס, שלום־עליכם האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער ליטעראַטור דעם רויש פֿון אײַזנבאַן־רעדער, דאָס קלינגען פֿון טעלעפֿאָנען און דאָס שטעפּן פֿון טעלעגראַמען, די וועלט פֿון בערזעס, צײַטונגען און טעאַטערס, אַלערליי אַגענטן און זייערע קרבנות — מיט איין וואָרט: „פּראָגרעס‟.

דעם ראָמאַן „מאַריענבאַד‟ (דער מחבר אַליין האָט עס אָנגערופֿן „אַ פֿאַרפּלאָנטערניש צווישן צוויי שטעט: וואַרשע און מאַריענבאַד) האָט שלום־עליכם אָנגעשריבן פֿאַר דער צײַטונג „הײַנט‟ אין יאָר 1911. דאָס איז געווען אַ גאַנץ וווילע תּקופֿה פֿאַר דער עקאָנאָמיק פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע. אין די לעצטע צען יאָר פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט האָט רוסלאַנד פֿאַרטאָפּלט דעם באַנעם פֿון איר אינדוסטריע, וואָס האָט געבראַכט צום אײַנפֿירן אין 1899 דעם גאָלדענעם רובל. דער רובל איז, אייגנטלעך, געוואָרן אַ גאַנץ ווערטיקע מטבע. ווי שרײַבט שלום־עליכם אינעם ראָמאַן גופֿא: „פֿאַר אַ רוסישן הונדערטער וועט דיר אַ דײַטש אַראָפּנעמען דאָס היטל פֿאַר אַ מײַל. אַ דײַטשער ייִד פֿאַרשטייט נישט, וואָס האָבן מיר זיך צו באַקלאָגן אויף אונדזער לאַנד, וועלכע פֿאַרמאָגט אַזעלעכע רובלען, וואָס מיר באַקומען פֿאַר זיי אַ דריטהאַלבן קרוין, און אַ מאָל נאָך מיט אַ פּאָר העלער צוגאָב?‟.

אַ דאַנק דעם האָט ניט בלויז אַן אויפֿגעקומענער גבֿיר, נאָר אַפֿילו אַ קליינער בירגער געקאָנט פֿאַרברענגען און גוט אויסגעבן אין אויסלאַנד. אַלע אייראָפּעישע קורערטער זענען געווען פֿאַרפֿלייצט מיט רוסלענדישע בירגער און, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך ייִדן בתוכם. אפֿשר נישט אומזיסט האָט שלום־עליכם אויסגעקליבן מאַריענבאַד (וואָס הייסט הײַנט Mariánské Lázně), ווײַל תּמיד איז דער קוראָרט געווען ביליקער פֿונעם באַרימטן קאַרלסבאַד (Karlovy Vary). נישט בלויז רײַכע בעלי־הבתּים, נאָר אויך „די ערשטע שוואַלבן‟ פֿונעם שפּעטערדיקן מיטלקלאַס האָבן זיך געקאָנט דערלויבן אָפּרוען און פּאָפּראַוויען דעם געזונט-צושטאַנד אין מאַריענבאַד.

אָבער ניט בלויז מאַריענבאַד ווערט דאָ אַ וויכטיקע אָרט־באַשטימונג, נאָר אויך וואַרשע. די שטאָט, וואָס האָט בײַם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט געציילט 638,000 אײַנוווינער, און 34% פֿון זיי — ייִדן; הייסט עס, די שטאָט מיט דער גרעסטער ייִדישער קהילה אין אייראָפּע. וואַרשע איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון האַנדלס־וועגן און טראַנס־אייראָפּעיִשע מיגראַציעס. פֿון דער שטאָט פֿון קליינע מעקלערס ווערט וואַרשע פֿאַרוואַנדלט אין דער אינדוסטריעלער און באַדינונג־צענטער.

נישט אומזיסט שרײַבט שלמה קורלענדער (דורון תּבורי) פֿון נאַלעווקין (די גאַס אין וואַרשע) צו זײַן פֿרוי בעלצע קיין מאַריענבאַד גענויע באַריכטן וועגן זײַנע עסקים — דאָס בויען פֿון הײַזער ווי אַ פּאָדריאַדטשיק און פֿאַרדינגען זיי די לאָקאַטאָרן ווי אַן אייגנטימער. אַוודאי איז זײַן פּרנסה ניט צוקער־זיס, ווײַל צווישן לאָקאַטאָרן־בעלי־חובֿות זענען דאָ אַזעלעכע, וואָס „באַרימען זיך, אַז טאָמער וואַרפֿט מען זיי אַרויס פֿון דער דירה, וועלן זיי מיך (שלמה קורלענדערן) באַשרײַבן אין די צײַטונגען‟. און מכּוח דאָס בויען „האָט מען צו טאָן מיט גראָבע מענטשן, בעלי־מלאָכות און אַרבעטער, וואָס קריכן אויפֿן קאָפּ, האָבן ניט קיין טראָפּן דרך־ארץ פֿאַר אַ בעל־הבית‟.

פֿון דעסט וועגן אַרט דאָס זייער ווייניק זײַן יונג ווײַבל, וואָס גיט אויס איר מאַנס האָב-און-גוטס פֿריִער אויף מציאות אין בערלין און ווײַטער אויף פֿאַרברענגען אין מאַריענבאַד. עס איז דאָ נאָך אַ פּערסאָנאַזש: שבֿע־רחל — די דינסטן פֿון די קורלענדער (אַנדזשעלע שטיינגאַרט). בײַ שלום־עליכמען ווערט נאָר דערמאָנט איר נאָמען, און דאָ האָט זי באַקומען אַ טעקסט פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי פֿון שלמה קורלענדער. שאַפֿט זיך אַ סיטואַציע, אַז זי איז פֿאַרליבט בסוד אין איר בעל־הבית און דאָס רופֿט אַרויס אַ געזונטן געלעכטער.