ליובאַוויטשער משפּחה העלפֿט פֿרוי מקוים זײַן איר לעצטן באַגער

Chabad Family Helps Woman's Last Wish Come True

Facebook

פֿון לאַוראַ אַטקינס (Forward)

Published May 21, 2017, issue of May 26, 2017.

סעלמאַ ראָזענבערג האָט זיך געפֿילט עלנט אין איר משובֿ־זקנים אינעם שטעטל פּערו, אילינוי, אַרום 100 מײַל אַוועק פֿון שיקאַגע, און האָט שוין פֿון לאַנג געוואָלט זיך טרעפֿן מיט אַ רבֿ. אינעם לעצטן טאָג פֿאַר איר פּטירה איז איר באַגער, סוף־כּל־סוף, מקוים געוואָרן.

לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿון חב״ד, האָט ראָזענבערג געזאָגט איר חבֿרטע מאַרשאַ, אַז זי וויל זיך טרעפֿן מיט אַ רבֿ, ווײַל זי האָט שוין לאַנגע יאָרן ניט געהאַט קיין געהעריקן קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער קהילה. מאַרשאַ האָט דאָס איבערגעגעבן ראָזענבערגס פּלימעניצע נעמי, וואָס האָט זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט הרבֿ חיים טעלזנער, וואָס פֿירט אָן מיטן חב׳׳ד־הויז בײַם „אינדיאַנער שטאַט־אוניווערסיטעט‟ אין נאָרמאַל, אילינוי, אַרום 50 מײַל אויף דרום פֿון פּערו.

טעלזנער האָט עטלעכע מאָל אָנגעקלונגען ראָזענבערג אָבער זי האָט ניט געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן. האָט ער באַשלאָסן אַליין צו פֿאָרן קיין פּערו, באַגלייט מיט פֿריש־געבאַקענער חלה געבאַקן פֿון זײַן פֿרוי רחל, און צוויי שבת־ליכטלעך אויף באַטעריעס (אין שפּיטעלער און מושבֿ־זקנימס דערלויבט מען נישט אָנצינדן קיין אמתע ליכטלעך).

ראָזענבערג האָט זיך דערפֿרייט מיטן וויזיט, און די צוויי האָבן גערעדט איבער צוויי שעה. טעלזנער האָט מסכּים געווען איר צו באַזוכן מיט זײַן פֿרוי און קינדער אין די נאָענטע טעג. ס׳איז אָבער ניט געווען באַשערט. אויפֿן צווייטן טאָג איז ראָזענבערג, אין מיטן שלאָף, אַוועק אין דער אייביקייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.