דער „פֿאָרווערטס‟ און Forward געווינען דרײַ „איפּי‟־פּרעמיעס

The Forverts and Forward Win Three Ippie Awards

פֿון רעכטס: אַלאַן דזשאַלאָן, דזשאָרדין קוציק און קורט האָפֿמאַן
Courtesy of Kurt Hoffman
פֿון רעכטס: אַלאַן דזשאַלאָן, דזשאָרדין קוציק און קורט האָפֿמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 21, 2017, issue of May 26, 2017.

דאָנערשטיק, דעם 18טן מײַ האָבן דער ייִדישער און דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ געוווּנען דרײַ אויסצייכענונגען פֿון די אָנגעזעענע „איפּי־פּרעמיעס‟.

דזשאָרדין קוציק, דער מיטאַרבעטער און דירעקטאָר פֿון סאָציאַלער מעדיאַ, האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע פֿון מיינונג־אַרטיקלען פֿאַר זײַן מאמר וועגן דעם אַרמענישן גענאָציד.

די מאַנשאַפֿט וואָס שטעלט צונויף די וועבזײַט פֿונעם Forward, האָט געוווּנען אויפֿן צווייטן אָרט אין דער קאַטעגאָריע „צײַטונג־דיזײַן‟, און אַלאַן דזשאַלאָן איז געקומען אויפֿן דריטן אָרט פֿאַר זײַן אַרטיקל וועגן דער אַנטדעקונג פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פֿילם געשאַפֿן פֿונעם אַקטיאָר פּאָל ניומאַן.

די „איפּיס‟ זענען די איינציקע זשורנאַליסטישע פּרעמיעס אין דער שטאָט ניו־יאָרק וואָס גיבן אָפּ כּבֿוד דער עטנישער און פֿרעמד־שפּראַכיקער פּרעסע. די פּרעמיעס, וואָס ווערן אויסגעטיילט פֿונעם גראַדויִר־שול פֿון זשורנאַליזם אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט, הייבן אַרויס די אויפֿטוען פֿון זשורנאַליסטן, פֿאָטאָגראַפֿן, מאָלער, רעדאַקטאָרן און פֿאַלעגער פֿון דער עטנישער מעדיאַ. די שופֿטים זענען מיטגלידער פֿונעם פֿאַקולטעט בײַ דער זשורנאַליזם־שול, ווי אויך פּראָפֿעסיאָנעלע זשורנאַליסטן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.