פֿינעף אופֿנים צו פּראַווען שבֿועות — אָן (דווקא) צו לערנען תּורה

Five Ways to Celebrate Shavuot — Without (Necessarily) Studying Torah

Courtesy of JCC Manhattan

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published May 23, 2017, issue of May 26, 2017.

כאָטש שבֿועות ווערט לויטן ייִדישן מינהג פֿאַררעכנט ווי פּונקט אַזוי חשובֿ ווי סוכּות און פּסח ווערט עס אָפֿט איגנאָרירט ווײַל ס׳איז אַ סך קירצער: דער יום־טובֿ פֿון מתּן־תּורה איז נאָר צוויי טעג לאַנג, און אין ישׂראל — נאָר איין טאָג.

שבֿועות, וואָס קומט הײַיאָר אויס דעם אָוונט פֿונעם 30סטן מײַ, ברענגט מיט זיך ווייניקער משפּחה־צענטרירטע מינהגים. כּמעט די איינציקע אייגנאַרטיקע טראַדיציע איז דער ליל־תּיקון־שבֿועות — דאָס בלײַבן אויף און לערנען תּורה אַ גאַנצע נאַכט. טאַקע דערפֿאַר וואָס דער יום־טובֿ פֿאָדערט וויסן און אויסהאַלט־כּוח (אָדער לכל־הפּכות אַ סך קאַווע!) איז נישט קיין חידוש וואָס ער איז נישט אַזוי פּאָפּולער ווי דאָס צינדן די חנוכּה־מנורה.

אין משך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן פֿאַרשידענע שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך אָנגעטאָן אַ כּוח צו מאַכן דאָס תּורה־לערנען אַ ביסל מער צוטריטלעך אויך פֿאַר ייִדן וואָס פּראַווען געוויינטלעך נישט שבֿועות. אָט זענען פֿינעף אופֿנים ווי אַזוי מע האָט אויף ס׳נײַ אויסגעטײַטשט דעם ליל־תּיקון. 


דער ביבלישער שבֿועות

אינעם ייִדישן רעטריט־צענטער איזאַבעלאַ פֿרידמאַן אין קאָנעטיקאָט קען מען אָדער לערנען תּורה די ערשטע נאַכט, אָדער אַרויס אויף אַ וואַלדשפּאַציר צו האַלבער נאַכט. דאָס דאַרף רעפּרעזענטירן משה רבינוס שווערע נסיעה אַרויף דעם באַרג סיני, כּדי מקבל צו זײַן די צען געבאָט. די שפּאַצירערס וועלן אין דער פֿינצטער, אָן קיין באַטערייקעס, גיין ביז אַ געוויסן אַרויסבליקפּונקט. דעם צווייטן אינדערפֿרי וועט מען פֿירן אַ פּאַראַד פֿון חיות, פֿרוכטן און תּבֿואות ווי אַ סימבאָל פֿון דער אַלטער שבֿועות־פּראָצעסיע צום בית־המיקדש אין ירושלים, ווען פֿאַרמערס האָבן געשאָנקען זייערע ביכּורים, די ערשטע פֿרוכטן, ווי אַ מתּנה דעם אייבערשטן.

דער באַרג־שבֿועות

דער „פֿאַרבאַנד פֿון לעבעדיקע ביימער‟, אַ ייִדישער פֿאַרם־קאָלעקטיוו אין ווערמאָנט, וועט פֿירן אירע אײַנוווינערס אויפֿן באַרג מאַנספֿילד, דעם העכסטן באַרג אינעם שטאַט, און זיך אָפּשטעלן זיבן מאָל אונטער וועגס כּדי פֿירצולייענען פּאָעזיע און אַנדערע טעקסטן. דאָס דאַרף סימבאָליזירן די זיבן געטלעכע אייגנקייטן לויט דער קבלה. האַלב וועגס וועט מען אָפּריכטן אַן עבֿודה, און די אַמביציעזערע צווישן די באַטייליקטע וועלן קענען ווײַטער אַרויפֿקלעטערן אויפֿן באַרג אויף נאָך אַן עבֿודה. 


דער ייִדיש־מוסולמענישער שבֿועות

אין דער היסטאָרישער וואַשינגטאָנער שיל א״נ „סיקסט ענד אײַ‟, אַ צענטער פֿאַרן פּראָגרעסיוון אַקטיוויזם, וועט מען פּראַווען שבֿועות מיט אַ וואָך פֿריִער. אין דער פּראָגראַם, מיטן טראָפּ אויף ייִדן און מוסולמענער אין אַמעריקע, וועלן זיך באַטייליקן דזשעפֿרי גאָלדבערג, דער ייִדישער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „אַטלאַנטיק“, און דער אימאַם אַבדולאַ אַנטעפּלי פֿון דיוק־אוניווערסיטעט. (אַנטעפּלי איז אויך אַ באַטייליקטער אין דער „מוסולמענישער איניציאַטיוו פֿאַר פֿירערשאַפֿט“, אַ פּראָגראַם פֿונעם אינסטיטוט א״נ שלום האַרטמאַן, וואָס פֿירט צונויף יונגע מוסולמענישע פֿירערס, זיי זאָלן זיך לערנען וועגן ייִדישקייט און ישׂראל.) מע וועט אַרומשמועסן די ענלעכקייטן און שפּאַנונגען צווישן די צוויי גרופּעס, אָבער אָנהייבן וועט מען מיט אַ בופֿעט פֿון פּאַלעסטינער, טוניזישע, אַשכּנזישע און מיזרחדיקע — אָדער מיטל־מיזרחדיקע ייִדישע — מאכלים. מע וועט אויך אָפּהאַלטן סײַ אַ מוסולמענישע סײַ אַ ייִדישע עבֿודה, און אַ בשותּפֿותדיקע סעסיע וועגן די פּערספּעקטיוון פֿון ביידע רעליגיעס אויף דער אַנטפּלעקונג.

דער פֿעמיניסטשער שבֿועות

נאָך אַ נאָוואַטאָרישע שבֿועות־פּראָגראַם, וואָס וועט דווקא פֿירקומען דעם פֿרײַטיק נאָך יום־טובֿ, דעם 2טן יוני, איז „פֿעמיניזם אַ גאַנצע נאַכט‟, אין אָוקלאַנד, קאָליפֿאָרניע. די שאַפֿערין פֿון דער פּראָגראַם, הדר כּהן, וואָס פֿירט אָן מיט „פּיוואָט טו בלום“, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס שטיצט דאָס אַרײַננעמען אַלע מינים אין דער טעכנאָלאָגישער וועלט, האָט אָרגאַניזירט די פּראָגראַם ווײַל זי האַלט אַז ס׳איז נישט פֿאַראַן גענוג געלעגנהייטן זיך צו לערנען און דיסקוטירן דעם פֿעמיניזם, און אין דעם פֿאַל, אינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישקייט. למשל, מע וועט צו ערשט עסן אַ שבתדיקן מאָלצײַט און דערנאָך זיך לערנען אַ גאַנצע נאַכט פֿון ייִדישע טעקסטן וועגן פֿרויענרעכט; מע וועט אָנווענדן תּלמודישע טעקסטן וועגן פֿאַרגיטיקונג צום ענין גלײַכקייט צווישן די מינים; און מע וועט אָפּהאַלטן לעקציעס וועגן פּאָליטישן אַקטיוויזם און דער פֿאַרבונדנקייט צווישן מין און גײַסטיקייט. 


דער מעגאַ־שבֿועות אין שטאָט ניו־יאָרק

אין שטאָט ניו־יאָרק, וווּ ס׳געפֿינען זיך אָן אַ שיעור ייִדן, וועלן צוויי אָרגאַניזאַציעס צושטעלן פּראָגראַמען אויף אַ גאַנצער נאַכט:

  1. דער ייִדישער קאָמונאַלער צענטער אין מאַנהעטן (JCC) פּלאַנירט אַזאַ פֿולע פּראָגראַם אַז סע פֿאַרדרייט זיך אַזש דער קאָפּ. למשל, לערנען פֿון די מקורים, גיין אויף טאַנצוואַרשטאַטן, יאָגאַ, פֿילמווײַזונגען און מעדיטאַציע; אויפֿן דאַך וועט מען אויף ס׳נײַ אויסטײַטשן די השׂגה מיקווה; און לויטן מינהג פֿון עסן מילעכיקס וועט מען האָבן צו נאַשן קעזקוכן און קיכעלעך; 

  2. אַן ענלעכע פּראָגראַם וועט מען אָפּהאַלטן אין ברוקלין, וווּ די גרופּע „שאַוווּאָט אַקראָס ברוקלין“ (שבֿועות איבער גאַנץ ברוקלין) וועט צונויפֿפֿירן באַטייליקטע פֿון פֿאַרשידענע שילן און אומאָפּהענגיקע תּפֿילה־גרופּעס פֿונעם באָראָ. אין דער פּראָגראַם פּלאַנירט מען, למשל, אַ סעסיע וועגן לידער וואָס מ׳האָט געשריבן אין תּפֿיסה, אַ סעסיע וועגן העברעיִשן סלענג, און אַ ביכער־פֿירלייענונג און ־דיסקוסיע פֿונעם שרײַבער־פּאָרפֿאָלק מײַקל שאַבאָן און אילת וואַלדמאַן, וואָס וועלן דערציילן וועגן זייער אָקערשטיקער נסיעה קיין ישׂראל און די שטחים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.