דער פֿרישטיק־קריזיס אין ישׂראל

Combatting Israel's Breakfast Crisis

iStock

פֿון רותּם יוסף

Published May 23, 2017, issue of May 26, 2017.

די וואָך האָט די געוועזענע ערשטע דאַמע מישעל אָבאַמאַ שטאַרק קריטיקירט דעם באַשלוס מצד דער טרומפּ־אַדמיניסטראַציע אָפּצולייגן דאָס אײַנפֿירן געזינטערע שולפֿרישטיק־ און שולמיטאָג־פּראָגראַמען סובסידירטע פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. מיליאָנען קינדער איבערן לאַנד פֿאַרלאָזן זיך אויף שולן כּדי צו קענען עסן צוויי געזונטע מאָלצײַטן אַ טאָג.

לויט דעם צענטער צום קאָנטראָלירן און פֿאַרהיטן קרענק, לײַדט מער ווי אַ דריטל פֿון אַמעריקאַנער דערוואַקסענע און כּמעט אַ פֿיפֿטל פֿון אַמעריקאַנער קינדער אויף פֿעטלײַביקייט. געזינטערע מאָלצײַטן אין שול קערן באַקעמפֿן די טענדענץ; נערונג־עקספּערטן לייגן פֿאָר מע זאָל אַרײַננעמען אין דער דיעטע מער שפּײַזן פֿון אַ מיטלענדישער אָדער מיטל־מיזרחדיקער דיעטע.

פֿון דעסטוועגן קענען מיר אין ישׂראל וועגן איין זאַך זיך יאָ אָפּלערנען פֿון די אַמעריקאַנער: דאָס וויכטיקייט פֿון עסן פֿרישטיק. ס׳רובֿ ישׂראלישע קינדער גייען אין שול אָן צו עסן אַ ממשותדיקן פֿרישטיק. די עלטערן גיבן זיי יאָ מיט אַ צובײַסן אַרײַנצוכאַפּן בשעת דער מיט־פֿרימאָרגנדיקער הפֿסקה, אָבער אַ סך קינדער וואָס קומען פֿון אָרעמערע אָדער פֿאַרצרהטע היימען קומען אין שול אַרײַן מיט ליידיקע מאָגנס און ליידיקע הענט.

עס זענען אויך דאָ אַנדערע פּראָבלעמען אין ישׂראל וואָס שייך דער טעמע: ערשטנס, אין פֿאַרגלײַך מיט אַמעריקע, האָבן די ישׂראלדיקע קינדער נישט קיין מיטאָג־קעסטלעך אין וועלכע מע קען אַרײַנלייגן דאָס עסן. צווייטנס, ווערן די שולמיטאָג־פּראָגראַמען בכלל נישט פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונג.

כאָטש ישׂראל פֿאָלגט גיכער די אייראָפּעיִשע טראַדיציע, אַז דער מיטאָג איז דער גרעסטער מאָלצײַט פֿון טאָג, ווערט אין אַמעריקע דער פֿרישטיק — וואָס מע עסט אין דער היים, מיט משפּחה — פֿאַררעכנט ווי דער וויכטיקסטער מאָלצײַט פֿון טאָג, כאָטש נישט תּמיד איז דאָס מעגלעך בשעת די פֿאַרנומענע וואָכנטעג.

הייסט עס, אַז כאָטש ישׂראלים עסן בדרך־כּלל געזינטערע עסנס ווי אין אַמעריקע, עסן אַ סך פֿון די אָרעמע קינדער גאָרנישט איידער די קלאַסן הייבן זיך אָן. דאָס ווירקט אַוודאי אויף זייער קענען לערנען און, אין לעצטן סך־הכּל, אויף זייערע אַקאַדעמישע דערגרייכונגען.

דער פֿאַקט וואָס אין די ישׂראלדיקע קלאַסן לערנען זיך הונגעריקע קינדער איז נישט קיין קליינע פּראָבלעם. לויטן ישׂראלישן אינסטיטוט פֿאַר נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג לעבן 776,500 קינדער אונטער דער אָרעמקייט־גרענעץ אין ישׂראל. די אָרגאַניזאַציע „נבט“ (נעוועט) באַזאָרגט אַרום 8,000 ישׂראלישע תּלמידים אין 130 שולן אַ נערעוודיקן שולפֿרישטיק, אָבער 13,500 קינדער קריגן עס נישט.

אין משך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָט מען, לויט אַ פֿאָרשונג פֿון דער פֿירמע „דעלויט‟, אַנטדעקט אַז ווען די אָרעמע תּלמידים עסן אַ מאָלצײַט צען אַ זייגער אין דער פֿרי, פֿאַרהעכערן זיך בײַ זיי די מאַטעמאַטיק־צייכנס מיט 17.5 פּראָצענט; זיי פֿאַרפֿעלן מיט 6% ווייניקער זייערע קלאַסן, און מער ווי 90% פֿון די שול־פּרינציפּאַלן זאָגן, אַז די תּלמידים פֿירן זיך בעסער אויף.

סע גייט נישט נאָר אין נערונג אָדער הונגער. סע גייט גיכער אין פֿעסטשטעלן אַ געזונטע טאָג־טעגלעכע רוטין פֿאַר די קינדער. אויב מע האָדעוועט זיי און מע גיט זיי במילא אַ מעגלעכקייט צו האָבן גוטע רעזולטאַטן אין די קלאַסן, קען מען כאָטש האָבן אַ האָפֿענונג אַז מע וועט ברעכן דעם ציקל פֿון אָרעמקייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.