ניטאָ מער אַלען מינץ ז׳׳ל, מומחה פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור

Alan Mintz, Prominent Hebrew Literature Scholar, Has Died

פֿון ייִט״אַ

Published May 24, 2017, issue of May 26, 2017.

אַלען מינץ
Courtesy of www.cjs.ucla.edu
אַלען מינץ

אַלען מינץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, וואָס איז אין די 1960ער און 1970ער יאָרן געווען אַ באַרימטער אַקטיוויסט וואָס האָט צוזאַמענגעפֿלאָכטן דעם דעמאָלטיקן פּאָליטישן אַקטיוויזים מיטן גײַסט פֿון ייִדישקייט איז ניפֿטר געוואָרן.

שבת איז ער פּלוצלינג געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק באַלד נאָכן שווימען אין אַ ספּאָרט־זאַל אויפֿן „אָפּער וועסט סײַד‟. ער איז געווען 69 יאָר אַלט.

ווי אַ פּראָפֿעסאָר בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, וווּ ער האָט געלערנט זינט 2001, ווי אויך בײַם „בראַנדײַס־אוניווערסיטעט‟ און בײַם „מערילענדער אוניווערסיטעט‟, האָט ער פֿאָקוסירט אויף דער העברעיִשער ליטעראַטור אין אַמעריקע, ווי אויך אויפֿן דעם גרויסן העברעיִשן שרײַבער און „נאָבל‟־לאַוורעאַט שמואל־יוסף עגנון און די אופֿנים ווי אַזוי מע האָט זיך אָפּגערופֿן אויפֿן חורבן און אַנדערע טראַגעדיעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור.

אין אַן אַרטיקל פֿאַרן אינטערנעץ־פֿאָרום H-Judaic האָט ד״ר יונתן סאַרנאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע בײַ „בראַנדײַס‟ באַשריבן מינץ ווי „איינער פֿון די אָנגעזעענסטער פֿאָרשער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור פֿון אונדזער צײַט‟.

אין 1967, ווען מינץ איז געווען אַ סטודענט בײַם „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ האָט ער געגרינדעט דעם זשורנאַל Response (אָפּרוף). אינעם נומער, וואָס איז אַרויס אין האַרבסט 1968, האָט ער געטאַדלט דעם ייִדישן עסטאַבלישמענט און זײַנע ייִדישע מיטסטודענטן פֿאַרן ניט עפֿנטלעך קריטיקירן די מלחמה אין וויִעטנאַם. ער האָט דערמוטיקט די „גוטע ייִדישע ייִנגלעך‟ צו אַרבעטן צוזאַמען מיט זייערע שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו פֿאָדערן אַז זיי זאָלן מער ניט „פֿונאַנדערטיילן זייער פּערזענלעכע מאָראַליטעט און די ייִדישע עטיק פֿון די גרעסערע פּאָליטישע ווירקלעכקייטן.‟

מינץ איז אויך געווען דער מיטגרינדער פֿון דער „ניו־יאָרקער חבֿורה‟, איינער פֿון די ערשטע בײַשפּילן פֿון אַן אומאָפּהענגיקער קהילה, וואָס האָט קרום געקוקט אויף די טראַדיציאָנעלע שיל־היעראַרכיעס אָבער דערמוטיקט גײַסטיקייט און געזעלשאַפֿטלעכן אַקטיוויזם. אין 1981 האָט ער מיט ד״ר דוד ראָסקעס געגרינדעט דעם זשורנאַל Prooftexts געווידמעט דער ליטעראַטור־געשיכטע בײַ ייִדן.

צווישן זײַנע ביכער געפֿינט מען ווערק וועגן דעם חורבן אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור, דעם אופֿן ווי אַזוי מע נעמט אָן די העברעיִשע ליטעראַטור אין אַמעריקע און אַן אַנטאָלאָגיע פֿון אַמעריקאַנער העברעיִשער ליטעראַטור.

בײַם מעלדן זײַן פּטירה האָט דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ געשריבן אַז ד׳׳ר מינץ איז געווען „אַ שרײַבער מיט אַ געוואַלדיקער חריפֿות, וואָס האָט פֿאַרברייטערט אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און דעם ייִדישן לעבן וואָס זיי אַנטפּלעקן. ער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער לערער, אַ חשובֿער קאָלעגע און אַ גוטער פֿרײַנד.‟

ד״ר מינץ האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי סוזענע און זייערע טעכטער אמירה און אַבֿיטל.