פּרשת במדבר, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bemidbar, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 25, 2017, issue of May 26, 2017.

הײַנט, בײַם סוף פֿון דער ספֿירה־צײַט, הייבן מיר אָן צו לייענען אַ פּרשה, וואָס האָט צו טאָן מיטן ציילן די דערוואַקסענע ייִדישע מענער אינעם מידבר. רש״י זאָגט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן אַלע ייִדן צוליב זײַן באַזונדערער ליבשאַפֿט צו יעדן באַזונדערן ייִד. אונדזער סדרה גיט איבער גאַנץ פּרטימדיק די חשבונות פֿון דער פֿאָלקס־ציילונג.

פֿאַר אַ הײַנטיקן מענטש זעט אָבער אויס דער חשבון אַ ביסל מאָדנע. בלויז מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר זענען גענומען געוואָרן אין באַטראַכט. די לוויים און בכורים ווערן יאָ גערעכנט פֿון קינדווײַז אָן, אָבער די פֿרויען ווערן אין גאַנצן איגנאָרירט. אַלע דערמאָנטע ציפֿערן זענען, ווי עס זעט אויס, אומפּינקטלעך. דער לויבאַוויטשער רבי זצ‟ל און אַ צאָל אַנדערע צדיקים מיינען, אַז די צאָל ייִדן איז אין יענער צײַט געווען על־פּי־נס קײַלעכדיק. לויט די אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים, דערמאָנט אָבער די תּורה בלויז אַ בערכדיקע צאָל ייִדן. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז בלויז דערוואַקסענע מענער פֿון אַ געוויסער עלטער זענען געציילט געוואָרן – דערצו, אומפּינקטלעך. די תּורה זאָגט אונדז בפֿירוש, אַז בלויז פּאָטענציעלע מיליטער־לײַט זענען אַרײַן אינעם חשבון.

דער נבֿיא הושע באַטאָנט, אַז דער רבונו־של־עולם האָט געבענטשט דאָס ייִדישע פֿאָלק צו זײַן „לא ימד ולא יספֿר‟ – העכער ווי די ציפֿערן. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז קיין גרויס חשיבֿות איז אין גאָלע ציפֿערן נישטאָ. ווי ס׳איז באַקאַנט, ציילט מען דעם מנין אין דער שיל „נישט איינס, נישט צוויי, נישט דרײַ‟, כּדי אונטערצושטרײַכן, אַז די קאָנקרעטע חשבונות זענען בלויז אַן אויבערפֿלעכלעכער עלעמענט פֿון דער ייִדישער קהילה.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דווקא וועלטלעכע ייִדן האָבן ליב צו רעכענען די פּינקטלעכע צאָל פֿון די אָרטיקע קהילה־מיטגלידער. בײַ די חרדים זענען דעמאָגראַפֿישע חשבונות אין גאַנצן נישט פּאָפּולער, און ס׳רובֿ חסידישע גרופּעס ווייסן נישט אַליין, וויפֿל ייִדן געהערן צו זייער קהילה. אייכות איז, בדרך־כּלל, וויכטיקער ווי כּמות; אַ קנאַפּער מנין טיף־פֿרומע ייִדן איז טײַערער, לויטן חסידישן געדאַנקען־גאַנג, ווי טויזנטער אַסימילירטע. אויב אַזוי, פֿרעגט זיך ווידער די קשיא, פֿאַרוואָס שטעלט אונדזער פּרשה דעם טראָפּ אויף פּרטימדיקע חשבונות?

אין דער פֿאָריקער סדרה, „בהר־בחוקותי‟, שטייט געשריבן, אַז אינעם אייבערשטנס אויגן איז באַזונדערס טײַער צו היטן מיצוות, וואָס זענען נישט פֿאַרשטענדלעך לויטן מענטשלעכן שׂכל. „אם בחוקותי תּלכו‟ - „אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן‟; דאָס וואָרט „חוקים‟ מיינט אַ געוויסן סאָרט מיצוות, וואָס זענען העכער, ווי דאָס מענטשלעכע פֿאַרשטענדעניש. פֿאַרוואָס טאָר מען נישט גנבֿענען אָדער, חלילה, דערהרגענען עמעצן, איז גרינג צו פֿאַרשטיין. אין דער פּרשה „בחוקותי‟ שטייט אָבער געשריבן, אַז פֿאַרן היטן גאָר ספּעציפֿישע מיצוות, וואָס זענען געווען אַקטועל, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, וואָלטן פֿינעף ייִדן געקאָנט פֿאַרטרײַבן אַ הונדערט שׂונאים, און אַ הונדערט ייִדן – צען טויזנט. ווידער געפֿינען מיר אַ מאָדנע מעשׂה מיט ציפֿערן. הײַנט לעבן מיר דאָך אין גלות און טאָרן קיינעם נישט פֿאַרטרײַבן. ווען מיר ציילן די ספֿירת־העומר, שטרעבן מיר צו פֿאַרריכטן אונדזערע מידות. למשל, דער פֿאַרגאַנגענער יום־טוב, ל״ג־בעומר, ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער ספֿירה־קאָמבינאַציע „הוד שבהוד‟ – די טיפֿע דאַנקבאַרשאַפֿט צום רבונו־של־עולם און די מענטשן. פֿאַרוואָס דערמאָנט אונדז די הייליקע תּורה בכלל אַזאַ ענין? אויב מע היט די מיצוות ווי געהעריק, קאָן מען דאָך לעבן בשלום מיט אַלע מענטשן. פֿאַרוואָס זאָל מען וועמען־ניט־איז פֿאַרטרײַבן?

אַז מע דערמאָנט די פֿאָריקע פּרשה, זענען אַ סך פֿרומע ייִדן מקיים גאַנץ ערלעך דאָס וואָרט „בחוקותי‟ – צו פֿאָלגן די הלכה; מע פֿאַרגעסט אָבער, צום באַדויערן, דעם ענין פֿון „תּלכו‟ – צו גיין ווײַטער. מע בלײַבט אויף איין אָרט און מע האָט מורא צו געפֿינען אַן אייגענעם וועג אין עבֿודת־השם. אַנשטאָט צו גיין, שטייט מען אויפֿן אָרט; אַדרבה, אויב מע לערנט אַן אינטערעסאַנטן ספֿר, קאָן מען פֿאַרגיין, מיינען געוויסע מענטשן, גאָט ווייסט וווּהין. אין דער אמתן, מוז יעדער עובֿד־השם ערנסטער גיין אויף זײַן אייגענעם דרך און צומאָל אַפֿילו אַ ביסל „אַראָפּגיין פֿונעם וועג‟; ווען מע רירט זיך נישט פֿון אָרט פֿאַרוואַנדלט מען די תּורה גופֿא, חס־ושלום, אין אַן עבֿודה־זרה, אין אַ פֿאַרגליווערטן שטיין.

דער קומענדיקער יום־טובֿ, שבֿועות, דעמאָנסטירירט, אַז אַלע חשבונות אין דער תּורה האָבן אַ פּערזענלעכן אַספּעקט. נאָכן איבערציילן די 49 אַספּעקטן פֿון מענטשלעכע און געטלעכע מידות, קומען מיר ווידער צו דער אייגענער מתּן־תּורה, ווען אַלע ציפֿערן און פּרטים אינעם חומש, אויב אַפֿילו זיי לייגן זיך נישט אויפֿן שׂכל, ווערן ווידער אײַנגעזאַפּט אין אונדזערע נשמות. אַלע חשבונות, אויב אַפֿילו זיי זענען נישט פֿאַרשטענדעך פֿון אונדזער באַגרענעצטן קוקווינקל, זענען אַ טייל פֿון אונדזער דיאַלאָג מיטן אייבערשטן, וואָס האָט צומאָל אַ „מאַטעמאַטישן‟ אַספּעקט. אַלע פּרטים, אויב אַפֿילו מיר פֿאַרשטייען זיי נישט און אויב אַפֿילו זיי קלינגען ווי אַן אויסטערלישע דיסקרימינאַציע פֿון פֿרויען, קינדער און זקנים אינעם חשבון, זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אונדזער פּערזענלעכן חשבון־נפֿש.

די תּורה באַטאָנט אין אונדזער פּרשה, אַז צווישן די שבֿטים, אַחוץ די לוויים, זענען אינעם מידבר געווען 603,550 מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר; די לוויים, פֿון אַ חודש יונג ביז דער עלטער, האָבן באַטראָפֿן 22,300 נפֿשות. עס שטייט נישט געשריבן, וויפֿל פֿרויען, קינדער און עלטערע לײַט זענען געשטאַנען בײַם באַרג סיני, אָבער על־פּי קבלה ווייסן מיר, אַז אַלע זייערע נשמות האָבן אַ שייכות צו אונדז, ווײַל אַלע מענטשלעכע נשמות — ייִדן און נישט־ייִדן, מענער און פֿרויען — זענען בעצם פֿאַרבונדן. מיר ווייסן נישט די פּינקטלעכע צאָל, ווײַל אונדזער גײַסטיקע פֿאַרבינדונג צו די אַנדערע מענטשן איז גובֿר די ציפֿערן.

צווישן אַלע פֿעלקער, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר „לקוטי מוהר״ן‟ פֿון רבי נחמן בראַצלעווער און בײַ אַנדערע גרויסע חסידישע צדיקים, זענען צעשפּרייט הייליקע נשמות, וואָס בעצם זענען זיי ייִדן — „גרים בכּוח‟, פּאָטענציעלע גרים. און פֿאַרקערט, טרעפֿן זיך צווישן שלעכטע ייִדן, צום באַדויערן, פֿאַרדאָרבענע נשמות — עכטע עובֿדי־עבֿודה־זרה און אַפֿילו עמלק. די אינערלעכע אַספּעקטן פֿון אַזעלכע פּאַרשוינען מוזן מיר „אַראָפּרעכענען פֿונעם חשבון‟ און פֿאַרטרײַבן פֿון אונדזער האַרץ.

צוליב דעם, וואָס מיר לייענען אומפּינקטלעכע חשבונות אין אונדזער פּרשה, קאָן מען פֿאַרשטיין, אַז מיר זענען פֿאַרבונדן צום ווייניקסטן צו 600,000 נשמות – און אפֿשר אַ סך מער. לאַוו־דווקא זענען זיי בגשמיות ייִד; די וועלט איז גרויס און גוטע מענטשן טרעפֿן זיך איבעראַל. דעם קומענדיקן יום־טובֿ קאָנען מיר פֿאַרשטיין און דערפֿילן, אַז די מתּן־תּורה פֿאַראייניקט אונדז יעדעס יאָר פֿון ס׳נײַ מיט הונדערטער טויזנטער און מיליאָנען מענטשלעכע נשמות!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.