איוו יאָכנאָוויץ אויף „ווײַבערטײַטש‟

Eve Jochnowitz on Vaybertaytsh


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 25, 2017, issue of May 26, 2017.

עס האָט זיך לעצטנס אָנגעהויבן דער צווייטער סעזאָן פֿון סאָסיע פֿאָקס׳ פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟. אינעם לעצטן עפּיזאָד הערט מען אַ פּרטימדיקן אינטערוויו מיט דער ייִדיש־לערערקע און עקספּערטקע פֿון דער ייִדישער קולינאַרישער געשיכטע — איוו יאָכנאָוויץ.

איוו דערקלערט ווי אַזוי זי האָט זיך יונגערהייט פֿאַרליבט אין ייִדיש נאָך דעם וואָס זי האָט זיך געטראָפֿן מיט די קינדער פֿון מרדכי שעכטער. אין 1983 האָט זי פֿאָרמעל זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש און איז זי געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין די אופֿנים ווי אַזוי ייִדן קאָכן און רעדן דערפֿון. זי דערקלערט, אַז זי האָט לכתּחילה פּלאַנירט צו ווערן אַ קולינאַרע היסטאָריקערין אָבער נאָכן לייענען אַן אַרטיקל פֿון ברײַנדל־קירשנבלאַט גימבלעט האָט זי באַשלאָסן צו ווערן אַן ענטנאָגראַפֿקע און איז געגאַנגען לערנען אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. אַ לעבנס־לאַנגע ניו־יאָרקערין, דערציילט איוו אויך וועגן איר באַציִונג צום פֿעמעניזם בכלל און צו דער צווייטער כוואַליע פֿון פֿעמעניזם בפֿרט.

דעם גאַנצן עפּיזאָד קען מען הערן דאָ



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.