„ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד — אַקטיאָרן־קלוב‟ באַערן קלעזמער פּיט סאָקאָלאָוו

Yiddish Artists and Friends Club Honors Musician Pete Sokolow

Youtube/Yiddish Book Center

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 06, 2017, issue of June 29, 2017.

במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר האָט פּיט סאָקאָלאָוו געשפּילט אַן אוניקאַלע ראָלע אינעם אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק. פֿאַקטיש איז סאָקאָלאָוו געווען דער ייִנגסטער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע קלעזמאָרים; און ער איז הײַנט דער עלטסטער פֿונעם דור מוזיקער, וואָס האָט אויפֿגעלעבט די מוזיק אין די 1970ער יאָרן. דערפֿאַר קען מען זאָגן, אַז ער האָט געדינט ווי אַ בריק צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן ווי דייוו טאַראַס וואָס האָבן געבראַכט די קלעזמער־מוזיק קיין אַמעריקע, און די אַמעריקאַנער־געבוירענע מוזיקער ווי הענעך סאַפּאָזשניק און אַנדי סטאַטמאַן, וואָס האָבן זיך אַליין אויסגעלערנט די קלעזמער־מוזיק און זי ווידער פּאָפּולאַריזירט.

מאָנטיק, דעם 19טן יוני, וועלן אַ ריי שטערן פֿון דער קלעזמער־וועלט זיך פֿאַרזאַמלען אין מאַנהעטן כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד פּיט סאָקאָלאָוון אויף אַ ספּעציעלן קאָנצערט „שפּיל, קלעזמער, שפּיל‟, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב‟. אויפֿן קאָנצערט וועלן אויפֿטרעטן דער באַנדזשאָ־שפּילער און זינגער הענעך סאַפּאָזשניק, דער פּײַקלער אַהרן אַלעק, דער טרומייט־שפּילער דזשאָרדין הירש, דער קלאַרנעט־שפּילער קען מאַלץ, די זינגערין דזשאָאַנאַ שטערנבערג (פֿריידעלע אוישערס אַן אייניקל), דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דער בעל־שׂימחה אַליין, פּיט סאָקאָלאָוו. הענעך סאַפּאָזשניק וועט דינען ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט בײַם „סוטאָן־פּלייס שיל‟ אין מאַנהעטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, אָדער כּדי צו באַשטעלן בילעטן, קלינגט אָן רות האַריס 1678־569־516. די בילעטן קאָסטן $25.